געשוועבט אין די לופט מיט די ד' מינים
אמאהל איז הרה"ק רבי שלו' קאמינקער זי"ע געווען ביי זיין רבי'ן מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע אויף סוכות, און ער האט באמערקט יום טוב אינדערפרי, ווען מרן זי"ע האט גענומען די ד' מינים אין זיינע הייליגע הענט, אז ער שוועבט ממש אין די לופט... האט דער קאמינקא רב ביי זיך געטראכט אז ווארשיינדליך איז דאס נישט מער ווי א פאנטאזיע, אבער נישט א ווירקליכקייט. אבער נאכ'ן גוט קוקן עטליכע מאהל, האט ער געזעהן אז דאס איז טאקע יא א ווירקליכקייט! ער איז געווען שטארק איבעראשט פונעם אויסטערליש'ן ערשיינונג וואס ער האט געזעהן. ביז ווען ער איז געקומען צום יום טוב טיש וואס מרן זי"ע האט געפראוועט. און מרן זי"ע האט געזאגט תורה אויפ'ן פסוק (נשא ו:ב): "לנדור נדר נזיר לה'"—ווען א מענטש וויל זיך אפשיידן צו זיין הייליג פאר'ן באשעפער, דעמאלט איז די עצה אז ער זאל האבן התלהבות און א גוטן ווילן ביי מקיים זיין די מצוה פון: "ולקחתם 'לכם' ביום הראשון וגו'", אז ער זאל זיך אויפהויבן און נעמען זיין קערפער און ווערן העכער מיט א קאפ. ווייל אין די צייט פון די הייליגע מצוה פון ד' מינים, דארף מען זיך אויפהויבן אין די לופט העכער און העכער...
אן אתרוג אזויווי דעם טאטן'ס בארד
דער מנהג ביי כ"ק מרן מהר"י זי"ע איז געווען אז דער אתרוגים-סוחר האט אים געברענגט עטליכע שיינע אתרוגים, און מרן זי"ע האט זיך אויסגעוועהלט פון זיי דעם שענסטער אתרוג. נאכ'ן פטירה פון מרן מהר"י זי"ע, איז דער אתרוגים סוחר געקומען צו מרן מהרי"ד זי"ע מיט די אתרוגים אז ער זאל זיך אויסוועהלן אן אתרוג, און ווען מרן מהרי"ד זי"ע האט ארויס גענומען אן אתרוג, האט ער געזאגט: "כאטש דאס איז נישט דער שענסטער אתרוג, פונדעסטוועגן וויל איך דווקא דעם אתרוג, ווייל ס'עהנדלט שטארק צו דער בארד פונעם טאט'ן ז"ל...". דערנאך האבן די חסידים געטראפן א רמז צו די וואונדערליכע ווערטער אינעם 'פיוט' וואס מ'זאגט דעם ערשט'ן טאג סוכות: "בהדר להזכירה ידור זקנה",— מ'נעמט א 'פרי עץ הדר' כדי צו דערמאנען דער זכות פון אברהם אבינו וואס איז געווען באשיינט מיט 'זקנה', אזויווי ס'שטייט: "ואברהם זקן", און 'זקן' מיינט אויך א בארד... (כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א)