מאוצרות רבוה"ק מבעלזא -
• תהלים מיט רש"י
כ"ק מרן מהר"י מבעלזא זי"ע, איז אמאהל הושענא רבה געגאנגען מבקר חולה זיין איינער פון זיינע חסידים. דער קראנקער איד וואס איז שוין געווען נאהנט צו די גסיסה רח"ל, האט געזאגט פאר מרן זי"ע, אז אויפ'ן פסוק (תהלים סב:ג) "לא אמוט רבה", זאגט רש"י אז "רבה" מיינט מען דעם גהינום. בעהט איך, אז דער רבי זאל מתפלל זיין פאר מיר "הושענא רבה" אז איך זאל געראטעוועט ווערן פון גיהנום. ווען מרן זי"ע איז ארויסגעגאנגען פון זיין צימער, האט ער זיך אנגערופן: "זעהט איר, ס'איז וויכטיג צו לערנען תהילים מיט רש"י. ס'איז אים צוניץ געקומען... תהילים מיט רש"י..."
• הושענה רבה – א טאג פון תשובה
הושענא רבה ביי שחרית זאגט מען דעם קאפיטל "מזמור שיר ליום השבת", ווי דער טור (סי' תרס"ד) זאגט: "ביום חמישי של חול המועד שהוא הושענא רבה נוהגים שמרבין במזמורים כמו ביום טוב". מ'קען ערקלעהרן פארוואס מ'זאגט אין הושענא רבה "מזמור שיר ליום השבת", לויט'ן מדרש (ב"ר פכ"ב) אז ווען אדם הראשון האט געהערט, אז קין האט זיך אויסגעגליכן מיט'ן באשעפער כביכול דורכדעם וואס ער האט תשובה געטוען, האט אדם הראשון געזאגט דעם פסוק "מזמור שיר ליום השבת". דעריבער, הושענא רבה, ווען ס'איז א טאג פון תשובה, איז פאסיג צו זאגן דעם קאפיטל "מזמור שיר ליום השבת". (כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע)
• שפיהרן א טעם אין יום טוב...
אין בעלזא איז געווען א גרויסע עבודה און ס'האט געהערשט א גרויס התעוררות, בשעת מ'האט געבונדן די הושענות. איינער פון די חסידים פון כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט שטארק געוואלט זעהן וויאזוי מרן זי"ע בינדט די הושענות, האט ער זיך באהאלטן אין צימער כדי צו קענען זעהן די הייליגע עבודה. מרן זי"ע האט אים אבער באמערקט, אין האט צו אים געזאגט: "נישט אזוי גרייט מען זיך צום יום טוב, דורך זעהן דעם רבי'ן בינדן הושענות. זיך צוגרי יטן צום יום טוב קען מען נאר ווען מען לערנט אדורך אלע ענינים און הלכות פונעם יום טוב. די גמרא מיט רש"י, תוספות, רא"ש, טור בית יוסף, און שו"ע, דעמאלט שפיהרט מען א טעם אין יו"ט..."
• אונזערע קינדער אליין וועלן זוכה זיין צו לייכטן אזוי ווי די מנודה.
"וְנוֹהֲגִים לְכַבּוֹת אֶת הַנֵּרוֹת עִם הַהוֹשַׁעֲנוֹת לְשִׂמְחָה". (טור אורח חיים תרס"ד:א) דער טעם דערפון קען מען זאגן אזוי. אין הושענא רבה, איז די עיקר עבודה, צו בעהטן אויף עהרליכע קינדער, אזוי ווי מ'זאגט אינעם "יְהִי רָצוֹן" אויפ'ן בינדן דעם לולב, אז "עֲרָבָה" בגימט' "זֶרַע" און אויפ'ן פסוק (הושע יד:ז) ”יֵלְכוּ יוֹנְקוֹתָיו וִיהִי כַזַיִת הוֹדוֹ", טייטשט רש"י בשם התרגום, די כוונה פונעם פסוק, זיינע זוהן און טעכטער זאָלן זיך מעהרן און זייער לויטערקייט זאָל זיין אזוי ווי די לויטערקייט פון די הייליגע מנורה. דעריבער די "ערבה" וואס איז מרמז אויף קינדער, לעשט מען מיט דעם אויס, די מנורה, מרמז צו זיין, אז מיר דארפן נישט די נרות המנורה, ווייל אונזערע קינדער אליין וועלן זוכה זיין צו לייכטן אזוי ווי די מנורה. (כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע)
• ג-ט ברוך הוא וויל הערן דאס געשריי פון דארט דווקא...
אין איינע פון די יאהרן אין חודש אלול, האט די רעגירונג גענומען הרה"ח ר' יעקב שמואל כ"ץ ז"ל צום מיליטער דינסט. איז זיין מאמע געפאהרן קיין בעלזא צו פועל'ן א ישועה ביי כ"ק מרן מהר"י זי"ע. ס'איז שוין אדורך רוב חודש תשרי און ער איז נאכנישט באפרייט געווארן פון מיליטער. הושענא רבה אינדערפרי ווען מרן זי"ע איז געגאנגען אין שוהל דאווענען שחרית, איז זיין מאמע געשטאנען אין די זייט אויפ'ן וועג ווי מרן זי"ע דארף אדורכגיין, און געוויינט אהן אויפהער און מיט גרויס צער זיך אנגערופן: "דער רבי גייט דאווענען מיט די חסידים, און מיין זוהן יעקב שמואל געפונט זיך אצינד צווישן הונדערטער גוים שונאי ישראל וואס צווינגען אים מחלל שבת צו זיין ר"ל און ווער ווייסט צו ער באקומט דארט כשר'ס צו עסן? הערנ'דיג די רייד פון די צעבראכענע מאמע, האט מרן זי"ע געהייסן פאר החסיד רבי אברהם אליעזר מאסטער ז"ל, וואס האט אונטערגעהאלטן די האנט פון מרן זי"ע ביים גיין, אז ער זאל איר זאגן אזוי: איך האב געדאוונט פאר יעקב שמואל אסאך תפילות וואס הונדערטער אידן וואלטן מיט די תפילות געקענט געהאלפן ווערן, אבער וואס זאל איך טוען אז ג-ט ברוך הוא וויל הערן דאס געשריי פון דארט דווקא..." און מרן זי"ע אויפסגעפיהרט אז באלד נאך יום טוב וועט ער אהיים קומען. און אזוי איז טאקע געווען ס'האט נישט גענומען לאנג און ר' יעקב שמואל איז באפרייט געווארן פון מיליטער און אהיים געקומען אומגעשעדיגט. (כ"ק מרן אדמו"ר שליטא - ליל ב' דסוכות תשמ"ז -ספר "מועדי קדשיך" על חג הסוכת הנמצאת בשלבי עריכה)
• פארוואס מען קלאפט די הושענות,
ס'שטייט אין מדרש, אז ערבות, איז מרמז אויף רשעים אזוי ווי די ערבה וואס האט נישט קיין טעם און נישט קיין ריח, אבער די ערבה וואס מ'נעמט מיט'ן לולב, איז דורכדעם וואס ער באהעפט זיך מיט די אנדערע מינים וואס ווייזן אויף חשוב'ע מדריגות פון אידן, איז דורכ'ן אחדות האבן זיי אויך א תְּקוּן אזוי ווי דער מדרש זאגט "יָבוֹאוּ אֵלּוּ וִיכַפְּרוּ עַל אֵלוּ". אבער די עֲרָבָה פון הושענא רבא, וואס שטייט באזונדער און איז נישט באהאפטן מיט די אנדערע, האט נישט קיין תַּקָּנָה, נאר מען דארף דאס קלאפן. (נפש טובה בשם ה"חתם סופר")
• דער נאמען הושענא רבה....
דערפאר רופט מען דעם טאג "הושענא רבה", ווייל פון ראש חודש אלול ביז יעצט איז פארהאנען 51 טעג, איז מען מתפלל הוֹשַׁע "נא", העלף ביי די ענדע פון "נא" וואס באטרעפט 51 "רַבָּה" א גרויסע הילף, ווייל יעצט איז דער זמן פון איבערגעבן די קוויטלעך לטובה. (בני יששכר)
• "למען דעת כל עמי הארץ..."
די סיבה פארוואס מ'קלאפט הושענות ביי דעם פסוק, איז צוליעב דעם וואס די ערבה ווערט געגליכן צו אן עם הארץ ווייל ס'האט נישט א טעם און נישט א ריח, וואלט זיך די ערבה וואס איז מרומז צו אן עם הארץ זיך געקענט גרויס האלטן ווייל הושענה רבה נעמט א איד אין די האנט נאר אן ערבה. דערפאר קלאפט מען זיי אויף די ערד, און מ'ווייזט זיי מיט דעם אז זיי זאלן זיך נישט גרויס האלטן, און מ'זאגט "למען דעת כל עמי הארץ ..." צו לאזן הערן די עמי הארצים אז זיי זאלן זיך נישט גרויס האלטן. (אוסם בושם)
• שמיני דגל בפני עצמו
שמיני עצרת איז א באזונדערע יו"ט, ס'איז נישט קיין המשך פונעם יום טוב סוכות, דעריבער מאכט מען א שהחיינו, אנדערש ווי שביעי של פסח, וואס ס'איז א המשך צו די פריער'דיגע טעג און מ'מאכט נישט קיין שהחיינו ביי קידוש. ס'זענען דא וואס פיהרן זיך אז שמיני עצרת עסט מען אין די סוכה, אבער מ'מאכט נישט קיין ברכה ילישב בסוכה'. אין בעלזא האט מען נישט געגעסן שמיני עצרת אין די סוכה.
• לענין פז"ר קש"ב
כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע האט געזאגט: וואס דער באדייט פונעם טאנצן שמחת תורה קען איך אייך נישט זאגן. אבער דאס קען איך זאגן, אז אלע תפילות וואס זענען נישט ארויפגעגאנגען אין הימל א גאנץ יאהר, קומען אהן אויבן, דורכ'ן טאנצן אין שמחת תורה. האט כ"ק מרן מהר"י מבעלזא זי"ע צוגעלייגט: די גמרא (יומא ג) זאגט: "שְׁמִינִי [עֲצֶרֶת] רֶגֶל בִּפְנֵי עַצְמוֹ הוּא לְעִנְיַן פַּזֵר קְשַׁב", שמיני עצרת איז א יום טוב פאר זיך פאר'ן ענין פון "פַּזֵר", די אלע פארשפרייטע תפילות פון א גאנץ יאהר, "קְשַׁב", הערט אויס דער באשעפער אין דעם טאג.
• מאכט מיד א קליינע סעודה
אין מדרש שטייט א טעם, פארוואס דער באשעפער האט אונז געגעבן דעם יום טוב שמיני עצרת. ס'איז א משל צו א קעניג וואס האט געמאכט א גרויסע סעודה פאר זיינע קנעכט, עטליכע טעג האט מען געגעסן און געטרינקן, און אינעם לעצטן טאג, האט דער קעניג געזאגט פאר זיין באליבסטן פריינט, אז ער וויל מאכן מיט אים אליין א קליינע סעודה, כדי ער זאל הנאה האבן נאר פון אים. דער נמשל איז, אלע זיבן טעג פון סוכות האט מען מקריב געווען זיבעציג קרבנות,- קעגן די זיבעציג פעלקער, דעם אכטן טאג בעהט דער באשעפער פון די אידן, זיין איינציגסטע און באליבטער פאלק, מאכט מיר א קליינע סעודה, מ'זאל מקריב זיין נאר איין פָּר, כדי איך זאל פון אייך הנאה האבן.
מאוצרות הצדיקים *
• גדולת היום
הגה"ק רבי צבי הירש מרימנוב זי"ע האט געזאגט: "ס'איז מקובל פון צדיקים, אז שמיני עצרת איז א צייט וואס דער באשעפער איז מקבל די תפלות פון אידן אזוי ווי יום כיפור".
• ביום השמיני עצרת תהיה לכם
"עצרת" איז א לשון פון צוריק האלטן, דאס איז א רמז, אז אין הימל האלט מען צוריק די שלעכטע גזירות ביז שמיני עצרת, און מ'גיט די געלעגענהייט אז דער מענטש זאל נאך תשובה טוען. (באר משה)
• עסן 'שמיני עצרת' אין די סוכה
אין 'שולחן ערוך' (סי' תרסח, א) שטייט, אז אין חוץ-לארץ עסט מען 'שמיני עצרת' אין די סוכה, סיי ביינאכט און סיי בייטאג, ווייל ס'איז דאך א 'ספק' אפשר איז דאס נאך סוכות. אבער פונדעסטוועגן, איז געווען דער מנהג ביי אסאך צדיקים, תלמידי הבעל שם הקדוש זי"ע, אז מ'האט וואס איז געווען א 'חסיד', אבער אזויווי ער האט געשטאמט פון 'מתנגדים', פלעגט ער שטענדיג פראבירן צו פארשטיין די הנהגות פון די חסיד'ישע רבי'ס. אמאהל איז ער געפאהרן אויף שמיני עצרת צו הרה"ק רבי יחזקאל פון קאזמיר זי"ע, און ער האט באמערקט אז רבי יחזקאל גייט נישט אריין שמיני עצרת אין די סוכה, און ער האט זיך זייער געוואונדערט דערויף. האט ער באשלאסן אז ער וועט אים פרעגן וואס איז דער פשט דערפון. אזויווי ער איז נאר אריין געקומען אין צימער פונעם צדיק, נאך איידער ער האט געעפנט זיין מויל, האט אים רבי יחזקאל קאזמיר'ער זי"ע געזאגט אזוי: "ס'איז אמאהל געווען א קעניג וואס האט געהאט א 'מאלער' וואס ער האט געקענט זייער שיין צייכענען און פארבן, ווען ער האט געצייכנט א בילד, האט דאס אויסגעזען כאילו דער בילד איז ממש 'לעבעדיג'. דער מלך איז געווען זייער שטאלץ מיט אים, און ער האט געמאכט א גרויסע סעודה פאר אלע זיינע שרים, כדי צו ווייזן די הערליכע בילדער וואס דער מומחה האט געצייכנט. ביים סעודה האט דער מאלער פארגעשטעלט א הערליכע בילד פון א פעלד מיט זאנגען, און עס האט טאקע אויסגעזען ממש ווי 'לעבעדיגע' זאנגען, און אלע מענטש זענען זייער נתפעל געווארן פון די וואונדערליכע בילד. ביי דער זייט איז דארט געשטאנען א פויער, און ער רופט זיך אהן צום מלך, אז דער בילד איז נישט ריכטיג, ווייל די זאנגען אין פעלד דארפן זיך שאקלען פונעם ווינט, און דא שטייען זיי א גאנצע צייט אויף איין פלאץ... דער קעניג געבעהטן פונעם מאלער, אז ער זאל צייכענען א צווייטער בילד. און ער האט געמאכט א בילד פון א מענטש וואס געבט צו טרינקען וואסער פון א ברונעם פאר די בהמות. אבער דער פויער האט ווייטער גע'טענה'ט אז דער מענטש שטייט אהן זיך צו באוועגן, און מ'זעהט אז דער בילד איז נישט ריכטיג...איז ער געגאנגען און געצייכנט א בילד פון דער קעניג, מיט א הערליכע קרוין אויפ'ן קאפ, און אלע זענען מורא'דיג נתפעל געווארן פון די שיינע בילד. דער פויער האט ווייטער געוואלט 'אפפרעגן' דער בילד, און גע'טענה'ט אז מ'זעהט נישט די 'קנייטשן' וואס איז דא אויפ'ן קעניג'ס שטערן... אבער דא איז שוין דער מאלער צוגעגאנגען צום פויער און אים געגעבן א פראסק, און געזאגט: "אין זאנגען ביזטו טאקע א 'מבין'. אין א ברונעם וואסער ביזטו אויך א 'מבין'. אבער וואס פארשטייסטו אין א 'מלך'..." דער צדיק האט אים נישט ערקלעהרט דער 'נמשל', אבער דער רב האט שוין זייער גוט פארשטאנען די כוונה. אזויווי דער פויער האט נישט קיין 'השגה' אין א 'מלך', אזוי אויך האט ער נישט קיין שום 'השגה' אין די 'ענינים' און 'הנהגות' פון צדיקים, וואס אלע זייערע מעשים איז העכער אונזערע השגות... (כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א קידושא רבה פ' יתרו תשנח)
מאוצרות רבוה"ק **
• די אבות הקדושים ביי די הקפות
אמאהל אינמיטן די הקפות, ביי כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע איז אנגעקומען אין בית המדרש א אידישער זעלנער מיט מיליטערישע