Skip to content
מיין יו"ט אוצר

מאוצרות רבוה"ק מבעלזא - נוי סוכה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

די שענסטע נוי סוכה

כ"ק אדמו"ר בעל 'דברי שלמה' מבאבוב זצ"ל: ווען ער האט געוואוינט אין קראון הייטס, איז געגאנגען באזוכן אין א סוכה פון א איד א שכן, צו זעהן יענעמ'ס "נוי סוכה". דער איד, האט אין די בראשית יאהרן פון אמעריקא, געהאט גרויס מסירת נפש פאר'ן הייליג'ן שבת, וואס יעדע וואך פרייטאג, ווען ער האט געזאגט פאר זיין ארבייט'ס געבער אז ער קומט נישט ארבעטן שבת האט ער באקומען א רויטע צעטל (פִינק סְלִיפ) אז ער איז אפגעזאגט פון די ארבעט, און יעדע וואך זונטאג האט ער געמוזט גיין זוכן אן אנדער ארבעט'ס פלאץ, צוליעב'ן נישט וועלן ארבעטן אום שבת. פון אט די אלע 'רויטע צעטלעך' וואס ער האט צונויפגעזאמלט האט ער זיך געמאכט "נוי סוכה" און דאס האט דער באבובער רב שטארק באוואונדערט. (מפי הרה"ח ר' לייבל סטעמפל שליט"א)

נוי סוכה מצוה מן המבחר

וויבאלד די תורה זאגט אז מיר זאלן וואוינען אין די סוכה אזוי ווי מ'וואוינט א גאנץ יאהר אין הויז, דעריבער, וויבאלד די נוי סוכה איז בעיקר געמאכט געווארן אז ס'זאל אים זיין איינגענעהם צו זיצן אין די סוכה און אויסזעהן שיין, מעג דאס אראפהענגן פון די סכך כשר, און ס'איז אפילו א מצוה, מן המובחר צו באציהרן די סוכה. (שו"ת הרשב"א ח"א סי' נ"ה)

"צדקה איז מיין נוי סוכה"

ערב סוכות האט דער הייליגער 'דברי חיים' פון צאנז זצוק"ל אוועק געטיילט אסאך געלט אויף צדקה מער ווי געוועהנליך. איינמאהל ערב סוכות האט ער זיך גענויטיגט אין די סומע פון צוויי טויזענט רובל. זענען זיינע קינדער געגאנגען בארגן דאס געלט ביי די גבירים אין שטאט און דאס געברענגט פאר'ן 'דברי חיים', און ער האט דאס גלייך צוטיילט פאר די ארימעלייט. ביינאכט ווען ער איז געשטאנען ביי די טיהר, אריינצוגיין אין די סוכה, האט דער 'דברי חיים' זיך אויסגעדריקט: די וועלט פיהרט זיך צו באשיינען און באציהרן די סוכה מיט פארשידענע סארט "נוי סוכה". אבער איך טוה נישט אזוי. די צדקה דאס איז מיין "נוי סוכה", דאס איז די שיינקייט און און פראכט פון די סוכה.

געגעסן די נוי סוכה מיט בגדי שבת

כ"ק מרן מהר"א מבעלזא זי"ע פלעגט נאך סוכות, טיילן "נוי סוכה"—די פירות וואס מ'האט אויפגעהאנגען אין די סוכה. איינמאהל האט מרן זי"ע געשיקט נוי סוכה פאר'ן טארנאפולער רב זצ"ל, דורך זיינס א תלמיד. ביים טארנאפולער רב איז דאס געווען אזא גרויסע חשיבות, אז ער האט אנגעטוהן זיין שטריימל און די בעקיטשע, און האט צוטיילט די נוי סוכה פאר זיין משפחה.

נוי סוכה צו עסן בקדושה

הרה"ג ר' משה שיינערט ז"ל האט פארציילט: אמאהל ווען כ"ק מרן מהר"א מבעלזא זי"ע האט געטיילט נוי סוכה פאר'ן עולם, האט ער באקומען אן אתרוג פון מרן זי"ע. ווען ער האט אויך געבעהטן נוי סוכה פאר הגה"צ מגדולי חסידי בעלזא, רבי צבי יאיר זצ"ל אבד"ק רייוויץ, א שטיצער פון בית מרן זי"ע, וואס האט געוואוינט אין ניו יארק, האט זיך מרן זי"ע אנגערופן מיט אן התלהבות, "דער רייוויצער רב, א היימישע איד", און גלייך גענומען אן אתרוג און דאס געגעבן פאר ר' משה און אים געבעהטן אז ער זאל דאס איבערגעבן פאר'ן רייוויצער רב, און אויב ער וויל עסן דעם אתרוג זאל ער אכטונג געבן אויף די קדושה פון די שאלעכצט, און אויב ער וויל קען ער דעם אתרוג אוועקלייגן פאר א שמירה.

פירות פון נוי סוכה פאר די קינדער

כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע פלעגט דריי וואכן נאך סוכות, טיילן "נוי סוכה"-פון די עפעלעך וואס זענען געהאנגען אין די סוכה, פאר די קינדער פון די שטאט בעלזא. די קינדער פלעגן אדורכגיין פאר מרן זי"ע, און יעדער האט באקומען פון די "נוי סוכה" וואס מ'האט גערופן "סוכה עפעלעך". מרן זי"ע האט יעדעס קינד געפרעגט וואס ער לערענט און ווער ס'איז זיין מלמד? און ער פלעגט אויך מיט זיי רעדן אין לערנען וואס דאס איז געווען פאר די קינדער א גרויסער חיזוק. ס'איז געווען א וואונדער, אז מרן זי"ע האט זיי נישט געדארפט פרעגן זייערע נעמען, ווייל ער האט געקענט אלע קינדער פון די שטאט ביים נאמען. (מפי הגה"ח רבי יוסף שטייכל ז"ל מבעלזא)

נוי סוכה אין בעלזא

ביי רבותנו הק' מבעלזא האט מען באציהרט די סוכה מיט הענגען פירות פון די שבעת המינים, און הענגען שיינע טעפיכער אויף די ווענט.

ובשנה השביעית...

אין שנת תשי"ג לפ"ק (מוצאי שנת השביעית), האט כ"ק מרן מהר"א זי"ע געשיקט פרעגן א שאלה פון הגה"צ רבי ישראל יצחק רייזמן זצ"ל, אויב ס'איז גלייך אויפצוהענגען אין די סוכה פירות וואס האבן דערויף א קדושת שביעית, האט הגה"צ רבי ישראל יצחק געענטפערט: מ'זאל נישט הענגען פירות וואס האבן א קדושת שבועות. פון דעמאלט איז דער מנהג מקפיד צו זיין דערויף כנ"ל. (כתבי חסידים)

נוי סוכה לשמירה

די בילגורייא רב זי"ע שרייבט: אין בעלזא האט מען געטיילט נוי סוכה, און מ'האט דאס באהאלטן אלס א שמירה אין שטוב, אדער מ'האט דאס געגעסן און מ'האט מקפיד געווען צו פארברענען אדער באהאלטן די שאלעכצט צוליעב די קדושה פון אתרוג.

More in this printout

View the whole printout