לאכעדיגע מלוה מלכה
מוצאי שבת חול המועד האט מרן מהר"א זי"ע געפיהרט א טיש פאר סעודת מלוה מלכה, וואס מ'האט גערופן די "לאכעדיגע מלוה מלכה". דאס איז געווען דאס איינציגע מאהל במשך'ן יאהר וואס מרן זי"ע האט זיך געוואשן צו א סעודת מלוה מלכה. מ'האט געזינגען ביים טיש נאר די זמירות "אליהו הנביא", "איש חסיד" און "אמר ה' ליעקב". "אתקינו סעודתא" האט מרן זי"ע נישט געזאגט. אגב, א גאנץ יאהר ווען מרן זי"ע האט געטרינקען א 'קאווע' במוצאי שב"ק, פלעגט ער זיך אונטער זינגען שטילערהייט: "דא היא סעודתא דדוד מלכא משיחא", און נישט געזאגט "אתקינו סעודתא".
דער מנהג איז אויך געווען אז רבותינו הק' זענען געזיצן אין די סוכה, ביי די לאכעדיגע מלוה מלכה, נאענט צו די טיהר און נישט כמנהגן צו זיצן אינמיטן טיש. דער בילגורייער רב זי"ע שרייבט בשם אחיו כ"ק מרן מהר"א זי"ע, אז מרן זי"ע האט זיך אויסגעדרוקט אז דאס זיצן אינמיטן די סוכה ביי די טיהר איז געווען "א רבי'שע זאך".
קארטאפיל מיט בארשט
וואס מ'האט געגעסן ביים טיש, האט מען נאך די פיש אריינגעברענגט "קארטאפל מיט בארשט", וואס איז א ספעציעל מאכל אין בעלזא פאר מלוה מלכה. די "קארטאפל מיט בארשט" האט מען אריינגעברענגט אין צוויי באזונדערע טעלערס, און נישט ביידע אין איין טעלער. און ביים עסן האט מען איינגעטונקען די קארטאפל אינעם טעלער בארשט, און געגעסן צוזאמען. הגה"ח ר' שמחה בונם בוים ז"ל האט דערציילט וואס ער האט געהערט פון חסידים בנוגע דעם מנהג, ווייל בארשט איז רויט [וואס ווייזט אויף דין], און קארטאפל איז ווייס [וואס ווייזט אויף רחמים] און מיט'ן גיסן די בארשט אויף די קארטאפל איז דערביי דא א ראמז להמתקת הדינים. ומי יעמוד בסוד קדושים. (מפי הרה"ח ר' בן ציון אסטערליץ ז"ל ששמע מפיו)
דער טעם פארוואס מ'האט די סעודה גערופן "לאכעדיגע מלוה מלכה", האט כ"ק האדמו"ר רבי איציק'ל מפשעווארסק זצ"ל, דערציילט וואס ער האט געהערט פון הרה"ק רבי שמחה ישכר בער מצעשינוב זצ"ל, דער איידים פון כ"ק מרן מהר"י זי"ע, אז כ"ק מרן מהר"ש זי"ע האט געזאגט אויף זיך אז ער געבוירן געווארן מיט די טבע פון כעס, און ער האט זיך אזוי שטארק צובראכן זיין טבע פון כעס און שווער געארבעט אויף די מדה, ביז ער האט דאס איבערגעדרייט אויף פארקעהרט, אז ווען ער האט זיך געוואלט בייזערן האט ער געלאכט. און וויבאלד אין בעלזא איז געווען א קליינע סוכה, און ביי די סעודת מלוה מלכה איז געקומען א גרויסער עולם, און ס'איז געווען א גרויס ענגשאפט, איז מטבע הדברים האט ער זיך געוואלט בייזערן, אבער אנשטאט זיך בייזערן האט ער אסאך געלאכט, און פון דעם האט זיך גענומען דער נאמען "לאכעדיגע מלוה מלכה".
אן אנדערע גירסא ווערט דערציילט: כ"ק מרן מהר"ש זי"ע האט געלאדענט צו די סעודה די בעלי הבתים פון די שטאט בעלזא, און ער האט מיט זיי געשמועסט און אויך געטאנצט מיט זיי, און מרן זי"ע איז דעמאלט געווען שטארק בדיחא דעתיה, און אוודאי איז דאס נישט געווען דברים כפשוטם, נאר רבותינו הק' זי"ע האבן דערין געהאט הויכע און גרויסע ענינים. (המשב"ק הרה"ח ר' יצחק לנדאו ז"ל "אור הצפון" קובץ מ"ו, מדור "מועדים וזמנים")