סוכה און ד' מינים זענען "כלי זיין"
דער פסוק (תהלים קמ:ח) זאגט: "סכותה לראשי ביום נשק", וואס דאס איז מרמז אז אין דעם "יום נשק" – ווען מיר נעמען אין די הענט די ארבעה מינים, וואס ווערן אנגערופן אין זוהר הק' "מאנא קרנא" (כלי זיין), דעמאלט איז אויך די צייט פון "סכותה" - צו זיצן אין די סוכה. (אור המאיר)
עוסק געווען אין עניני סוכה א גאנץ יאהר
צדיקים האבן געזאגט אויפ'ן ראפשיצער רב זי"ע אז זיין נשמה איז פון מצות סוכה, ווייל א גאנץ יאהר האט ער עוסק געווען אין די מצוה פון סוכה, אדער עפעס געבויט פאר די סוכה, אדער עוסק געווען אין מסכת סוכה זיין גאנץ לעבן. ס'איז נישט א דורך א טאג וואס ער זאל נישט דערמאנען עפעס וועגן סוכות. (עשר צחצחות)
די דריי זאכן אין אן עפעל...
אין איינע פון די סוכות טעג אין בעלזא זענען עטליכע חסידים געזיצן אין די סוכה און אנגעשמועסט וועגן איינע פון די חבורה וואס פלעגט קומען קיין בעלזא אסאך יאהרן אבער לעצטענס האט ער אפגענויגט אביסל פונעם גלייכן וועג רח"ל און אויפגעהערט צו קומען. ס'איז זיי געווען א וואונדער וויאזוי א איד וואס איז געפאהרן קיין בעלזא און זיך אנגעזאפט מיט אזויפיהל קדושה און חסידות, זאל קענען צוקומען צו אזא מצב... און אזוי שמועסנ'דיג איז אין יענע מינוט אראפגעפאלן אן עפעלע פון די נוי סוכה אויף די ערד. האט זיך דער חסיד און יושב רבי יעקב בעריש ז"ל אנגערופן, "לאמיר אריינטראכטן און פארשטיין פארוואס דאס איז געשעהן: וויפיהל תפילות האט דאס עפעלע געבעהטן, אז ס'זאל וואקסן און בליעהן מ'זאל דאס קענען עסן? און דערנאך זאל א איד מאכן דערויף א פאסיגע ברכה? אדער ס'זאל הענגען אין די סוכה פאר "נוי סוכה", און נאך מער ס'זאל קענען באשיינען און הענגען אלס "נוי סוכה", ביי מרן זי"ע אין די סוכה? אבער אצינד איז דאס עפעלע אראפגעפאלן אויף די ערד און ס'איז נאך מוקצה. אויב מיר זאלן אריינטראכן האט דאס געקענט פאסירן צוליעב איינס פון די דריי: א) וויייל ס'איז נישט געווען גוט צוגעבונדן. ב) ס'איז געווען "צו שווער". ג) אדער ס'איז שוין געווען פארפוילט פון אינערווייניג. און דעם משל פארשטייט מען שוין אליין... ביי א געלגענהייט ווען כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א איז אין איינע פון די יאהרן ערב סוכות געקומען צוזאמען מיט'ן משמש זעהן די גרויסע פראכטפולע סוכה, [ווי מ'האט געפיהרט די טישן], האט מרן שליט"א באטראכט די נוי סוכה, וואס הענגט אראפ, ווי יעדער עפעל זיך ליגט אין א נעץ זעקל, האט מרן שליט"א דערציילט די אויבנדערמאנטע מעשה מיט דעם פארפאלענעם חסיד, און אויסגעפיהרט... "אבער היינט אז די עפעל ליגן אין א נעץ, [צוזאמען] קענען זיך אזעלכע אויך האלטן..." (מפי המשמש בקודש)
פון הכנסת אורחים איז ער נישט פטור
אמאהל איז געקומען א רב צו הגאון רבי חיים עוזר גראדזענסקי זצ"ל בימי חג הסוכות האט דער גאון מכבד געווען דעם גאסט מיט א סעודה, אבער ער האט זיך פארענטפערט, אז ער קען נישט מיט עסן מיט אים דארט, ווייל ער איז פארקיהלט, און ער איז בבחינת מצטער הפטור מן הסוכה. דער גאסט האט אזוי געטוען, און געגעסן אליין אין די סוכה. פלוצים האט ער דערזעהן ווי רבי חיים עוזר איז אויך אראפגעקומען אין די סוכה. ווען רבי חיים האט געזעהן זיין וואונדער, האט ער אים ערקלעהרט: איך האב מיך מיישב געווען, אז איך בין טאקע פטור פון מצות סוכה אלס מצטער, אבער פון הכנסת אורחים בין איך נישט פטור, ווייל מ'זעהט אברהם אבינו האט געזוכט מקיים זיין מצות הכנסת אורחים אפילו ווען ער איז געווען א חולה און ס'פאסט נישט אז דער גאסט זאל זיצן אין די סוכה און דער בעל הבית זאל זיין אינדערהיים...
די סוכה איז נישט געמאכט פאר דיך.
דער קאצקער רבי זי"ע האט געטייטשט וואס די גמרא (סוכה כו.) זאגט: "המצטער פטור מן הסוכה", אויב דו ביזט דיך מצטער פון די סוכה, "פטור מן הסוכה",-ביזטו טאקע פטור פון די סוכה, די סוכה איז נישט געמאכט פאר דיר.
מצוות סוכה ברענגט א ברכה אין שטוב
ביי מצות סוכה שטייט אין פסוק "למען ידעו דורותיכם",– "דורותיכם" איז פון לשון "דירה" א וואוינונג. דאס איז א רמז אז פון מצות סוכה בלייבט איבער א ברכה און א קדושה אויף די וואוינונג פונעם איד א גאנץ יאהר. (שפת אמת)
זיצן אין די סוכה פטר'ט פון צער
חז"ל זאגן ווען איינער האט צער איז ער פטור פון זיצן אין די סוכה. טייטשט דער הייליגער רבי פון ראדאמסק זצוק"ל אזוי: אז די סגולה פון די מצוה פון סוכה איז פטור צו ווערן דורך איר פון אלע צרות. "המצטער", – דער וואס האט ח"ו צער, "פטור",-קען ער פטור ווערן פונעם צער, "מן הסוכה", דורך די סגולה פון די מצוה פון זיצן אין די סוכה. ("תפארת שלמה")
אלע אידן קענען געהאלפן ווערן.
כל האזרח בישראל ישבו בסכת (ויקרא כג:מב) די גמרא (סוכות כז:) זאגט: "מלמד שכל ישראל ראוים לישב בסוכה אחת". קען זיין פשט, "מלמד"- די תורה לערנט אונז אז פון איין יום טוב סוכות, קען מען אויף הייבן אלע אידן אז אלע זאלן געהאלפן ווערן. (הרה"ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב זי"ע)
א הדיוט זאל איך זיין אבער פון סוכה וועל איך נישט ארויסגיין"
הרה"ק רבי מרדכי מלעכאוויטש זצ"ל איז געזיצן אין די סוכה דעם ערשטן טאג אפילו ווען ס'האט זיך אראפגעלאזט א גאס-רעגן. ווען די מקורבים האבן געזעהן אז ער פלאנט נישט ארויסצוגיין, האבן זיי אים געזאגט: רבי, ס'איז דאך א בפירוש'ע הלכה אז "המצטער פטור מן הסוכה", און ס'איז שוין לאנג אדורך דער שיעור פון "עד שתסרח המקפה". און אין ירושלמי שטייט, "הפטור מן הדבר ועושהו נקרא הדיוט"? האט ער זיי געענטפערט: ערשטנס, מצטער איז נאר שייך ביי איינעם וואס זיין זיין גוף איז טייערער ווי די מצוה און איך האב תענוג פון זיצן בצילא דמהימנותא, און כ'בין גארנישט מצטער, און צווייטנס, ס'איז כדאי צו זיין א הדיוט, און בלייבן זיצן אין סוכה.
ער האט מער צער ווען ער דארף ארויסגיין פון די סוכה...
הרה"ק רבי שלמה'קע זוועהילער זצ"ל פלעגט קיינמאהל נישט ארויסגיין פון די סוכה, אפילו אויב ס'האט שטארק גערעגנט, און אלע זענען ארויס. ווען מ'האט אים געפרעגט, דער דין איז דאך 'המצטער פטור מן הסוכה', האט ער געענטפערט "איך האב אסאך מער צער ווען איך גיי ארויס פון די סוכה...
דער טיש מיט'ן בעט צוזאמען
ס'האט דערציילט הגאון רבי שמואל גריינמאן זצ"ל (פון די מקורבים פון בעל החפץ חיים זצ"ל), אז ער האט געהאט די זכי' צו זיין מיט'ן חפץ חיים זצ"ל אין די סוכה, און ער האט געזעהן אזדער חפץ חיים איז מקפיד אז דער טיש זאל בלייבן אין די סוכה בשעת ער איז געשלאפן. און ער האט אים געזאגט דעם טעם, ווייל ס'שטייט (סימן תר"מ) אז אויב מ'איז זיך מצטער אין די סוכה מיט די שינה, דעמאלט איז מען נישט יוצא אויך מיט די אכילה, ווייל מ'דארף א סוכה וואס איז ראוי אויף אלעם, און אויב דער טיש איז נישט אין די סוכה, איז דאס נישט ראוי מקיים זיין מצות אכילה, דעריבער דארף דער טיש זיין אין די סוכה אויך ביינאכט. (זעה אין מועדים וזמנים' חלק א' סימן פ"ז, אז ס'איז נאר לכתחילה, אבער בדיעבד איז מען יוצא אויך אהן דעם).
זוכה זיין צו זיצן בסכת עודו של לויתן.
בסכת תשבו שבעת ימים כל האזרח בישראל ישבו בסכת (ויקרא כג:מב) דארף מען פארשטיין די כוונה פונעם פסוק, ס'זעהט אויס ווי ס'איז צוויי מאָהל איבערגע'חזר'ט די מצוה פון זיצן אין די סוכה? נאר דער פשט אין פסוק איז אזוי, דער ערשטער חלק רעדט פון די מצוה פון ישיבת סוכה, נאכדעם זאגט דער פסוק אן הבטחה, אז אויב מ'וועט מקיים זיין די מצוה פון סוכה וועט מען זוכה זיין, אז ווען משיח וועט קומען, וועט מען זיצן בסכת עורו של לויתן. דאס איז פשט, "בַּסֶכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים", ס'איז א מצוה צו זיצן אין די סוכה זיבן טעג, און אויב מ'וועט אזוי טוען זאגט די תורה צו אן הבטחה, אז "כָּל הָאֶזְרָח בְּיִשְׂרָאֵל יֵשְׁבוּ בַּסֶכֹּת", אז מ'וועט זוכה זיין צו זיצן אין די סֶכַּת עוֹרוֹ שֶׁל לִוְיָתָן. (כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע)
כל ישראל ראויים לישב בסוכה אחת'
אמאהל האט כ"ק מרן מהרי"ד זי"ע באגעגענט דעם חסיד ר' סענדר יערוסלב'ער ז"ל ממחרת יום הכיפורים. פרעגט אים מרן זי"ע: "סענדר, פארוואס פאהרסטו נישט אהיים אויף סוכות?!" האט ר' סענדר געענטפערט:איך האב נישט קיין אייגענע סוכה אין שטוב, און מיין סוכה איז משותף מיט עטליכע שכנים וואס אלע עסן צוזאמען מיט זייערע משפחות, און איך וויל נישט עסן אין אזא סוכה, דעריבער בלייב איך אין בעלזא. האט אים כ"ק מרן זי"ע געענטפערט: "די גמרא (סוכה כז:) זאגט דאך 'כל ישראל ראויים לישב בסוכה אחת', און דו ווילסט נישט זיצן אין די סוכה מיט אנדערע?!" און מרן זי"ע האט אים געהייסן אהיים פאהרן אויף סוכות.(כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א- אסרו חג הסוכות תשלז)
אליהו הנביא קומט אין די סוכה
די ראשי תיבות פון "ב'סוכת ת'שבו ש'בעת י'מים" איז "תשבי", וואס איז מרמז אויף אליהו
התשבי [אליהו הנביא] וואס קומט מיט אלס גאסט, מיט די זיבן אושפיזין, וואס אין זכות פון מצות ישיבת סוכה וועט ער אונז קומען מבשר זיין די גאולה און מיר וועלן דעמאָלט זוכה זיין צו זיצן בסוכת עורו של לויתן. (כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע)
בסוכות תשבו שבעת ימים
קדושת בית המקדש
אמאהל איז כ"ק מרן מהר"א מבעלזא זי"ע, געזיצן אין די סוכה ווען אינדרויסן האט געהערשט א ביטערע קעלט. האבן די מקורבים געבעהטן פון מרן זי"ע ער זאל אריינקומען אין שטוב, אין נישט זיצן אין די קאלטע סוכה, וואס קען אים ח"ו שאטן צום געזונט. האט מרן זי"ע געזאגט: דער זיידע ז"ל דער ערשטער בעלזער רב [כ"ק מרן מהר"ש זי"ע] האט געזאגט, אז די ווענט פון די סוכה, פארמאגן אין זיך קדושת בית המקדש, איז דאך אין די סוכה דא, "אוירא דארץ ישראל", און אין ארץ ישראל איז דאך יעצט הייס...
באדעקט די סוכה מיט גרויס דביקות
מנהג רבותינו הקדושים איז געווען עוסק צו זיין אין מצוות סוכה, און אליין דעקן די סוכה מיט סכך כאטש זיבן טפחים כשיעור הכשר סוכה. הרה"ח רבי חיים נטע כץ ז"ל האט דערציילט, אין שנת תרפ"ו, דאס לעצטע יאהר איידער די הסתלקות פון מרן מהרי"ד זי"ע, ווען ער איז געווען זייער שוואך, האט מען געמיינט אז מרן זי"ע וועט דאס מאהל נישט אליין דעקן די סוכה מיט סכך. אבער מרן זי"ע האט נישט געוואלט מוותר זיין אויפ'ן מנהג, האבן אים דעריבער די גבאים געברענגט צו די סוכה