• אושפיזא דיוסף
• פרנסה ברויט
מנהג רבוה"ק מבעלזא ביי די אושפיזא פון יוסף הצדיק צו טיילן א ספעציעל ברויט וואס מ'רופט "פרנסה ברויט", אלס א רמז פונעם פסוק "ויוסף הוא המשביר", און ס'איז מקובל אלס א סגולה פאר פרנסה.
• ס'ווערט נשפע זעטיגקייט אויף די וועלט
ס'שטייט פון אריז"ל, אז סוכות איז מרמז אויף זעט, ווייל סוכות ווערט נשפע א זעטיגקייט אויף די וועלט. (סידור האריז"ל) כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט געזאגט דערויף צוויי טעמים. איין טעם ווייל תוספות (ראש השנה יא.) זאגט, אז די מלאכים זענען געקומען צו אברהם אבינו ע"ה, אין יום טוב סוכות, און דורכדעם וואס אברהם אבינו האט זיי געגעבן צו עסן איז א גרויסע השפעה אויף די וועלט. נאך א טעם ווייל ס'שטייט אין טור (או"ח סי' תי"ז) אז די ימים טובים זענען מרומז קעגן די אבות הק' פסח איז קעגן אברהם, שבועות קעגן יצחק, און סוכות קעגן יעקב אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק (בראשית לג:יז) "ויעקב נסע סכותה", און יעקב אבינו איז געווען דער ערשטער וואס האט געבעהטן אויף השפעה, אזוי ווי ס'שטייט (בראשית כח:כ) "ונתן לי לחם לאכול ובגד ללבוש"–ער האט געבעהטן ברויט צו עסן און א קלייד אנצוטוהן, דעריבער איז סוכות מרמז אויף זעטיגקייט ווייל סוכות איז קעגן יעקב אבינו. נאך א פשט קען מען זאגן ווייל יעקב אבינו ע"ה ווערט אנגערופן "צדיק" אזוי ווי די גמרא (סנהדרין צה:) זאגט: "צדיק זה בא לבית מלוני"- דער באשעפער האט אים אנגערופן "צדיק", און אין פסוק (משלי יג:כה) שטייט: "צדיק אוכל לשובע נפשו"—דורכדעם וואס דער צדיק עסט איז ער משפיע השפעות טובות. (כ"ק מרן מהר"א מבעלזא זי"ע)
• סכך פסול
א מעשה פלא האט פאסיהרט אין ארץ ישראל אין איינע פון די יאהרן בליל אושפיזא דיוסף, ווען מרן מהר"א זי"ע האט זיך שוין געהאט געוואשן די הענט און זיך געזעצט אויף זיין פלאץ, האט זיך מרן זי"ע פלוצלינג אפגעשטעלט און נישט געמאכט א ברכה אויף די חלה, נאר געוויזן מיט די הענט צום סכך פון די סוכה. אין אנהייב האט מען נישט פארשטאנען וואס מרן זי"ע מיינט צו ווייזן. ביז דער משב"ק הרה"ח רבי יוסף לוי ז"ל איז ארויס פון די סוכה מיט נאך א בחור און געקוקט אויפ'ן סכך און צו זייער וואונדער האבן זיי באמערקט אז אויפ'ן פלאץ ווי מרן זי"ע זיצט אין סוכה, ליגט אויפ'ן סכך א ברעט פון א טיש. האט מען געזעהן אז מרן זי"ע האט מרגיש געווען א דארט ווי ער זיצט איז דא סכך פסול האט ער דעריבער נישט געוואלט מאכן א ברכה אויפ'ן פת. מ'האט שנעל אראפגענומען דעם ברעט פונעם סכך און דערנאך האט מרן זי"ע געמאכט א ברכה אויפ'ן פת און געפיהרט דעם הייליג'ן טיש.