ווען כ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע האט זיך געגרייט צו בויען די הייליגע שוהל אין די שטאט בעלזא, האט ער געוואלט אפקויפן דעם באדן פון די שוהל פונעם מושל צו וועמען דער באדן האט באלאנגט, אבער ס'איז אים נישט לייכט אנגעקומען ווייל דער מושל איז געווען א שונא ישראל און ער האט נישט געוואלט פארקויפן דעם באדן אויפצושטעלן דארט א שוהל. האט דער איידעם פונעם מושל וואס האט אים פיינט געהאט, אבער שטארק געשעצט מרן זי"ע, אפגעקויפט דעם באדן פונעם מושל, אהן ער זאל וויסן פארוועמען דער באדן גייט, און אלס באלוינונג האט מרן זי"ע אים געבענטש אז ער זאל שטייגן הויך אין זיין אמט, און ס'האט נישט לאנג געדויערט און דער איידעם איז געווארן דער מושל אנשטאט זיין שווער דער שונא ישראל. דערווייל האט מען זיך דערוואוסט אז איין טייל פונעם באדן באלאנגט פאר צוויי אנדערע שותפים, א איד מיט א גוי. האט מען פריער פארהאנדלט מיט'ן גוי, און ער האט גלייך צוגעשטומט צו פארקויפן זיין חלק. אבער דער איד האט זיך פאר'עקשנ'ט און נישט געוואלט פארקויפן זיין חלק, און הערנ'דיג אז דער גוי וויל יא פארקויפן זיין חלק האט ער דאס גלייך אפגעקויפט פונעם גוי, און ער איז געווארן דער פוהלער אייגענטומער פון זייער חלק, און וואס מער מ'האט געבעהטן פאר דעם איד צו פארקויפן דעם באדן, אלס מער האט ער נישט געוואלט, ביז מ'האט אים דערציילט אז מ'דארף האבן דעם באדן פאר מרן מהר"ש זי"ע, צו בויען דערויף די הייליגע שוהל, האט ער מסכים געווען אבער בתנאי, אז מרן זי"ע זאל אים צוזאגן עשירות און גוטע קינדער. אבער מרן זי"ע האט נישט געוואלט מסכים זיין צום תנאי. דער איד האט אבער נישט נאכגעגעבן, כאטש ער האט שטארק געשעצט די ברכות פון מרן זי"ע, האט ער נישט מסכים געווען צו פארקויפן דעם חלק פונעם באדן סיידן מרן זי"ע וועט אים צוזאגן.
נאך עטליכע יאהר, איז דער איד אמאהל געקומען אין די סוכה ווען מרן זי"ע האט געפיהרט טיש לכבוד די אושפיזא פון יוסף הצדיק און געטיילט פאר יעדן "פרנסה ברויט". דער איד איז אויך געשטאנען אין די שורה צו נעמען פונעם "שווארץ ברויט". אבער פריער האט אים מרן זי"ע געזאגט: ס'שטייט (מקץ מב:ו)"ויוסף הוא המשביר",–אויב מיינסטו אז דאס איז נאר געווען דעמאלט אין יענע יאהרן, זאלסטו וויסן, אז אויב די תורה דערציילט אונז אז יוסף הצדיק האט משפיע געווען פרנסה און שפע, האט זיך דאס נישט אויפגעהערט נאך יוסף'ס פטירה, נאר יעדעס יאהר, ווען די אושפיזין קומען אין די סוכה פון יעדן איד, קומען זיי נישט מיט ליידיגע הענט נאר ברענגען מיט זיך מתנות. אברהם ברענגט מתנת חסד, יצחק ברענגט מתנת גבורה און אזוי יעדער אויף זיין דרך, און יוסף הצדיק ברענגט אינעם טאג פון זיין אושפיזא פרנסה פאר כלל ישראל". מרן זי"ע האט אים געגעבן א שטיקל "שווארצע ברויט" און אויסגעפיהרט, "נעם דיר א מתנה וואס יוסף הצדיק האט געברענגט און פון דעם וועסטו האבן פרנסה". דער איד האט פארשטאנען אז ער האט אצינד באקומען א ברכה פאר עשירות אויפ'ן גאנצן לעבן. ער האט באלד מסכים געווען צו פארקויפן דעם באדן אהן צו באקומען אן הבטחה. אין די קומענ'דיגע חנוכה טעג, האט מען דערציילט אין בעלזא, האט דער איד אפגעקויפט אלע תבואה פעלדער אין די ווייטע שטעט ארום בעלזא, און די גאנצע תבואה וואס איז געוואקסן אין די פעלדער פון לעמבערג, זלאטשוב, און ארום איז געווען זיינס. אזוי ווי דער איד האט געזעהן אז ער איז רייך געווארן פון די ברכה פון מרן זי"ע, האט ער זיך שפעטער געלאזט קאסטן מיט גאר גרויסע געלטער פאר'ן אויפבוי פון די הייליגע בעלזער שוהל. (יחיד בדורו - מועדי קדשיך)