מ'דערציילט אויף הגה"ק רבי זאב נחום בורנשטיין זצ"ל פון ביאלא, דער טאטע פון הרה"ק דער 'אבני נזר' זצ"ל, אז ער פלעגט יעדעס יאהר מוצאי יום כיפור, נאך פאר 'הבדלה', צוגיין צו די פושקע פון די אתרוגים ביים אתרוגים-סוחר, און ארויס נעמען פון דארטן איין אתרוג מיט פארמאכטע אויגן, אהן צו קוקן בכלל וויאזוי דער אתרוג זעהט אויס, און ער האט דאס אוועק געלייגט אין א פארמאכטע פושקע ביז יום-טוב אינדערפרי. יום-טוב אינדערפרי האט ער ארויס גענומען זיין אתרוג, און צו אלעמענ'ס וואונדער פלעגט זיין אתרוג זיין דער שענסטער אתרוג פון שטאט, אסאך שענער פון אלע אנדערע אתרוגים. ס'איז אפילו געווען איין יאהר וואס דער גביר פון שטעטל האט געקויפט א ספעציעלע אתרוג פאר'ן גרויסער סכום פון 'פופציג רובל', און פונדעסטוועגן איז דער אתרוג פונעם רב געווען שענער... סוף ימיו, האט רבי זאב נחום אויפגעהערט מיט דעם מנהג, און ער האט זיך אויסגעקליבן אן אתרוג, אזויווי אלע מענטשן קלויבן זיך אויס. האט אים איינער פון זיינע אייניקלעך געפרעגט: "זיידע וואס איז געשעהן?! פארוואס ביז היינט האסטו זיך פארלאזט אויפ'ן אתרוג מיט פארמאכטע אויגן, און דאס יאהר פארלאזטו זיך שוין נישט?! און בעסער געפרעגט: וואס איז פשט פון די פריער'דיגע 'הנהגה', ארויס צו נעמען אן אתרוג אהן צו קוקן, וואס וואלט דער זיידע געטוען אויב יום-טוב אינדערפרי וואלט ער געזעהן אז דער אתרוג איז נישט כשר?!"... אין אנהייב האט רבי זאב נחום זיך פראבירט ארויס צו דרייען, אבער צום סוף האט ער אים ערקלעהרט דער גאנצער ענין: "דער באשעפער האט באשאפן א מענטש הייליג און ריין, און אין אמת'ן אריין וואלט געדארפט זיין אז ווען א מענטש האט פאר זיך א גוטע זאך און א נישט-גוטע זאך, זאלן זיינע הענט אליינ'ס נעמען די גוטע זאך. אבער למעשה איז דער מציאות נישט אזוי, ווייל די עבירות מאכן קאליע די איברים פונעם מענטש, און דערפאר גייען זיי אסאך מאהל נאך נישט גוטע זאכן. אבער מוצאי יום כיפור, ווען מיר זענען אינגאנצן ריין פון עבירות, זענען אויך די איברים אינגאנצן לויטער און הייליג, און זיי ציעהן נישט צו קיין שום שלעכט'ס, דערפאר האב איך זיך געפיהרט צו אויסוועהלן אן אתרוג מיט פארמאכטע אויגן, ווייל איך בין געווען זיכער אז מיין האנט וועט נישט נעמען נאר דער שענסטער אתרוג וואס איז דא. אבער ווען ס'קומט דער לעצטע יאהר פון א מענטש אויף די וועלט, מוז דאך זיין אז די מחילה יום כיפור איז נישט אינגאנצן בשלימות; ווייל אויב יא, קען ער נישט אוועק גיין פון די וועלט, ווייל "אין מיתה בלא חטא" (שבת נה.), און ס'בלייבט איבער עפעס א 'רושם' פון די עבירות אויך נאך יום כיפור. און אזויווי איך בין שוין אלט, האב איך מורא אז אפשר דאס יאהר איז מיין לעצטע יאהר אויף די וועלט, און אויב אזוי קען איך זיך נישט פארלאזן אויף מיין האנט אז זי וועט אויסוועהלן דער שענסטער אתרוג. נישט נאר דאס, נאר איך האב מורא אז אויב איך וועל זיך פיהרן אזויווי אמאהל און איך וועל זעהן אז מיין האנט האט נישט ארויס גענומען א שיינעם אתרוג, וועל איך פארשטיין דערפון אז דאס איז מיין לעצטע יאהר, און איך וועל נישט קענען דינען דעם באשעפער מיט א ישוב הדעת, דערפאר בין איך בעסער מוותר אויף מיין מנהג...". ווען דער 'אבני נזר' זי"ע האט געהערט די ווערטער פון זיין טאטע, האט ער געזאגט מיט וואונדער: "דער חשבון-הנפש פאסט פאר'ן הייליג'ן בעל שם טוב זי"ע". (כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א- יו"ט א' דסוכות תשנט)
• אתרוג איז מרמז אויף ענוה
דער שיניאווער רב זי"ע, האט אמאהל סוכות ביינאכט ביים טיש געלויבט דעם באשעפער, אז דאס יאהר האט ער א שיינעם אתרוג. האט איינער פון די חסידים זיך אנגערופן, אז זיין אתרוג איז שענער פונעם רבין'ס אתרוג, און פון אלע איינוואוינער פונעם שטאט. האט אים דער שיניאווא רב געזאגט, "דיין אתרוג איז פסול!" דער חסיד איז שנעל געגאנגען ברענגען זיין אתרוג צו ווייזן פאר יעדן. ווען דער שינאווער רב האט גענומען דעם אתרוג אין די האנט, האט ער גלייך אראפגענומען דעם פיטום און אים געוויזן אז ס'איז נישט באהאפטן, נאר דער פיטום איז אריינגעשטעקט מיט א נאדל אינעם אתרוג, דער חסיד האט זיך זייער געוואונדערט פון וואו דער רב האט דאס געוואוסט? האט דער שיניאווא רב געענטפערט, אז אתרוג איז מרומז אויף ענוה, און ווען איך האב געזעהן די שטאלצקייט צו וואס דיין אתרוג האט דיך צוגעברענגט, האב איך פארשטאנען אז ס'איז פסול.