הרה"ח ר' אברהם האלפערין הי"ו – "קול מבשר", ב' האזינו תשפ"ז:
ב"ה דעם ערב יו"ט ראש השנה האט זיך געענדיגט א מחלוקת צווישן צוויי אידן וואס זענען געווען צוקריגט פאר בערך 40 יאר!
40 יאר צוריק האט מען זיך צו'הרג'עט פאר בעבישקייטן, און ב"ה איך האב געהאט די זכי' שלום צו מאכן, און דאס האט מיר אריינגעפושט אינעם יו"ט מיט א מורא'דיגע שמחה.
רבי צדוק הכהן זאגט, ווען איינער איז מצער א צווייטן קען אים קומען א שטראף, אבער דער וואס איז נישט מוחל האלט אן די שטריק פון די מחלוקה, און דאס פייער קען אנקומען צו אים אויכעט. וועגן דעם דארף מען מוחל זיין.
'מוחל זיין' מיט א 'טינא בלב' זענען צוויי אנדערע זאכן. מ'דארף ארויסזאגן מיט'ן מויל "איך בין מוחל", און אפילו ס'בלייבט נאך א טינא בלב, איז דאס נאך אלץ א געהעריגע מחילה.
איך האב יעצט געהאט א מעשה, א איד האט מיר געקאלט צוויי וואכן פאר יו"ט, א איד האט אים מורא'דיג מצער געווען, און ער ליידט וועגן דעם ביטערע צרות. ער פרעגט מיר "ווי אזוי קען איך אים מוחל זיין? כ'וויל און כ'וויל, אבער ס'גייט נישט".
זאג איך אים, כ'האב פאר דיר אן עצה, שרייב אראפ אויף א צעטל די מחילה. זאגט ער "איך קען נישט שרייבן".
פיין, איך וועל שרייבן. איך האב געשריבן, ער האט מיר געמאכט פאר א שליח, מ'האט געמאכט א קנין מיט עדים, אז ער איז מוחל, און אויב ציט ער צוריק, איז זיין צוריקציען גארנישט ווערד.
מ'האט איבערגעגעבן דעם בריוו, און ס'איז געווארן א שלום, אויף אזוי ווייט, דער וועם ער האט מוחל געווען האט חתונה געמאכט, און ער איז געקומען אויף די חתונה וואונטשן מזל טוב!
איז ער נישט אנגעווייטאגט אויף יענעם? זיכער אז יא, ער ליידט צרות וועגן די זאך וואס יענער האט געטון, ס'האט אבער נישט קיין שייכות, ער האט געוואלט פאר ר"ה מאכן א נחת רוח פאר'ן רבוש"ע, ער האט מקיים געווען דעם "ואהבת את ה' אלקיך בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאודך".
א מענטש איז דאך נאר א מענטש, ס'איז נישט גרינג אויפצוגעבן א ווייטאג אויף יענעם, אבער מוחל זיין און א טינא בלב זענען צוויי אנדערע זאכן.
א מחלוקת קען געשען וועגן א בעבישקייט, אבער מענטשן זענען זייער סענסיטיוו, וגם אני בתוכם. רוב בדחנים זענען סענסיטיוו, וועגן דעם שטייען זיי אויפ'ן בענקל און ווארטן מ'זאל לאכן פון זייערע דזשאוקס...
די שוועריקייט פון מאכן שלום איז, ווייל יעדער האט זיין מעשה, און ער האלט אז זיין מעשה איז גערעכט. מ'זאגט א ווערטל, ווער האט "שלום בית"? דער שכן, ווייל ער הערט ביידע מעשיות...