שמועס מיט הר"ר משה יצחק ווערטהיימער הי"ו איבער "חלוקת הירושה" בחצר הק' סאטמאר
- Sukkos
- 5787
- Yiddish
"קול מבשר" - פר' האזינו תשפ"ז
ר' וועלוול שמעלצער: לויט ווי מ'הערט ביזטו געשטאנען אונטער די גאנצע חלוקת הירושה, אפשר וואלט מען געקענט מאכן א שטיקל אינטערוויו וועגן דעם?
ר' משה יצחק ווערטהיימער: ניין. כ'בין נאכנישט גרייט אויף קיין אינטערוויו, ס'איז נאכנישט פארטיג.
אבער כ'האב למעשה א שטיקל הכרת הטוב פאר דיר, מיין שמעון איז געווען ביי דיר אין קעמפ, ער רעדט נאך אלץ פון דעם. 3-4 קשיות קענסטו מיר פרעגן.
ר' וועלוול: קודם, ווי אזוי האט זיך אנגעהויבן די גאנצע זאך?
ר' משה יצחק: אלע גרויס קארפן קעפ האבן פרובירט אז די זאך זאל צושטאנד קומען, אבער ס'איז אריבער 20 יאר, און ס'איז נישט געשען.
די זאכן זענען פאר מיר פערזענליך א חשוב'ע זאך, ווייל איך האב געהאט די זכי' זיך צו דרייען ביים רבי'ן ז"ל אין שטוב נאך אלס יונג בחור'ל, כ'האב צוגעהאלפן ביי די רביצין אייביג. שפעטער בין איך געווארן הויז-בחור.
דער רבי פלעגט מיר יעדן טאג געבן צאמצולייגן די "רבינו תם תפילין" פונעם הייליגן קדושת יו"ט, ס'איז ביי מיר קיינמאל נישט געווארן א רגילות, מ'רעדט דאך פונעם קדושת יו"ט'ס תפילין. די מנורה איז אויך פונעם קדושת יו"ט. פורים בין איך ארויף מיט'ן רבי'ן צום באלעמער מיט'ן קדושת יו"ט'ס מגילה.
ווי אזוי די זאך איז צושטאנד געקומען, כ'רעד מיר נישט איין אז כ'קען עפעס. למעשה, איך ארבעט פאר ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש און ר' יואלי זופניק.
צוויי-דריי יאר צוריק באקום איך איין טאג א פאון קאל, ר' יחזקאל בערקאוויטש איז אויפ'ן טעלעפאן צוזאמען מיט ר' ליפא פריעדמאן:
"משה יצחק, אונז זיץ מיר דא אויף א מיטינג אין ר' אליעזר שיינער'ס הויז אין מאנסי - ער רעכנט מיר אויס ווער ס'איז דארט, פון ביידע צדדים - ביידע זייטן טראסטן משה יצחק ווערטהיימער זאל טון די טעכנישע ארבעט פאר די ירושה, מ'דארף צאמנעמען די זאך און מ'וועט מאכן א גורל, און יעדער וועט זיין צופרידן אי"ה".
אקעי, פיין, ס'איז א ריזיגע כבוד.
אבער, כ'האב עס געטרייט צו טאפן, און כ'האב נישט געזען אין די צדדים א שטארקע אינטערעסע אז דאס זאל געשען.