Skip to content
מיין יו"ט אוצר

שומר שכר... בני חיי ומזוני...

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

אין איינע פון די סוכות טעג ווען כ"ק מרן מהר"א זי"ע איז אריינגעקומען פיהרן דעם הייליג'ן טיש, איז אין די זייט געשטאנען א ירושלימ'ער בחור, וואס איז געקומען זיך באטייליגן ביים טיש. ווען מרן זי"ע איז אריבער דעם בחור, האט ער זיך אפגעשטעלט, זיך געוואנדן צו אים און געפרעגט: אויב ער וואלט געוואלט זיין א 'שומר' אויף די דירה, (ווי באקאנט ווען מרן זי"ע פלעגט ארויס גיין פון שטוב, האט מען נישט געלאזט די אהן א שומר.) דער בחור האט באלד מסכים געווען אבער אויך גענומען די מוט און געוואגט צו זאגן: "איך וויל אבער נישט זיין א 'שומר חינם'", וואס דערמיט האט ער מרמז געווען אז ער וויל באקומען א באלוינונג פאר'ן זיין א שומר.

הערנדיג די תשובה האט זיך מרן זי"ע געוואנדן צו גבאי'ן הרה"ח ר' שלו' פויגל ז"ל, און אים געפרעגט: "שלו', וואס קען מען אים געבן?" אין אנהייב האט ר' שלו' נישט געוואלט ענטפערן, אבער ווען מרן זי"ע האט אים נאכאמאהל געפרעגט: "שלו', וואס קען מען אים געבן?" האט ר' שלו' געענטפערט: "בני חיי ומזוני..." האט זיך מרן זי"ע אנגערופן צום בחור און אים געזאגט: "בני חיי ומזוני...דער אייבישטער זאל העלפן זאלסט האבן בני חיי ומזוני..."

מיט גרויס פרייד איז דער בחור באלד געגאנגען מקיים זיין וואס מרן זי"ע האט אים געבעהטן און געווען דער שומר אין שטוב.

אויף די עלטערע יאהרן האט דער איד דערציילט: "ברוך ה' אז די ברכה פונעם צדיק איז פולקאם מקויים געווארן. איך בין געבענטשט געווארן מיט "בני", קינדער תלמידי חכמים מופלגים בתורה מיט "חיי", מיט'ן פוהלן געזונט, וואס טראץ מיין עלטער פעהלט מיר נישט קיין איין צאהן, און איך דארף נישט גיין מיט די הילף פון א שטעקן, און מיט "מזוני", שטענדיג איז מיר די פרנסה אנגעקומען גרינג, און ס'האט מיר קיינמאהל נישט געפעהלט קיין געלט". (ספר 'מועדי קדשיך' עמ' קס"ח)

More in this printout

View the whole printout