חג הסוכות שנת תש"ד, אינמיטן די צווייטע וועלט קריג, איז געווען זייער שווער צו פארשאפן אתרוגים אין אונגארין, צוליב די שוידערליכע מלחמה וואס האט געברענט אין איירופא, אזוי אז אין גאנץ אונגארין איז געווען געציילטע אתרוגים, וואס זענען אנגעקומען בלויז צו די גרויסע אדמו"רים, וואס האבן זיך דעמאלט געפונען אונטער די ביטערע אומשטענדן אין אונגארין. און אזוי איז באריכטעט געווען אינעם וועכענטליכע אידישע צייטונג "אורטודוקס זשידו אוישאג", וואס איז ערשינען אין בודאפעסט, דאטירט ז' בחשון תש"ד: "פינעף אתרוגים זענען אנגעקומען קיין בודאפעסט, וואס פון זיי איז געבליבן בלויז איין אתרוג, און די אנדערע זענען אנגעקומען צו די אדמו"רים פון דעעש און סאטמאר (ס'איז מערקווירדיג, אז א אתרוג איז טאקע אנגעקומען צו כ"ק האדמו"ר רבי יואל מסאטמאר זצ"ל, אבער למעשה איז דער סאטמער רב געווען אויף סוכות אין גראסוורדיין ביים "אמרי חיים" פון וויזניץ זצ"ל, צוליעב די שווערע צייט), ראצפערט און גרויסווארדיין. אויך האבן זיך אליין פארשאפט אן אתרוג די קהלות פון נירעדהאזא יוער. (ספר "אלה אזכרה" שרייבט אז דער אתרוג וואס איז אנגעקומען קיין ניהערדאז, איז געווען דער זעלבער אתרוג וואס איז געווען אין ראצפערט, און פון דארט האט מען געשיקט דעם אתרוג אויך צו די ארומיגע שטעט און ס'איז דארט נישט געווען א באזונדערע אתרוג),סעליש, בעקעשטשאבא, און נאך א קהלה אדער צוויי. קיין בודאפעסט זענען אנגעקומען נאך דריי אתרוגים.....ערשט נאך סוכות..."דארט ווי ס'זענען אנגעקומען ד' מינים, זענען פארשטענדליך געקומען אלע סארט אידן, צו קענען בענטשן לולב און אתרוג, אזוי אויך אין בודאפעסט זענען געקומען זייער אסאך אידן במשך'ן יום טוב צו אן אדמו"ר מפורסם... (די כוונה אוודאי איז צו כ"ק מרן מהר"א מבעלזא זי"ע, נאר צוליעב'ן זיכערהייט מאסנאמען האט מען נישט ארויס געשריבן דעם נאמען...) ביז דא ווערט ציטירט פון די צייטונג הנ"ל. און טאקע איינע פון די אתרוגים, איז אנגעקומען צו כ"ק מרן מהר"א זי"ע, קיין בודאפעסט.
אויך איז אנגעקומען אן אתרוג צו הרה"ק רבי שלום אליעזר פון ראצפערטער זצ"ל הי"ד קיין ראצפערט, און נאך אן אתרוג צו כ"ק האדמו"ר בעל "אמרי חיים" מוויזניץ זצ"ל קיין גראסווארדיין, און נאך געציילטע קהילות אין אונגארין. און טראץ וואס ס'איז נישט געווען נאר געציילטע אתרוגים אין גאנץ אונגארין, האבן טויזענטער אידן פון אלע עקן אונגארין זוכה געווען, מקיים צו זיין מצוות נטילת לולב כהלכתה, וואס צוליעב זייער השתוקקות מקיים צו זיין די מצוה האבן זיי פארלאזט זייער שטובער און ווייט געפאהרן און זיך מצטרף געווען צו די פיהלע טויזענטער, וואס זענען געשטאנען שעות לאנג כדי זוכה צו זיין און האלטן אין די הענט די ד' מינים, און כאטש נאר אויף א רגע כדי צו קענען בענטשן דערויף ולעשות כדבר המלך ודתו, אזוי ווי די תורה האט באפוילן.