Skip to content
מיין יו"ט אוצר

צוויי מהודר'דיגע אתרוגים פון ארץ ישראל

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

הרה"ח ר' מענדל פרידמאן ז"ל פון ירושלים עיה"ק פלעגט יעדעס יאהר שיקן אתרוגים אויף סוכות פון ארץ ישראל קיין בעלזא צו כ"ק מרן מהר"א זי"ע. עטליכע חדשים פאר יום טוב האט ער ארויסגעשיקט מיט די פאסט א קעסטל פון 'נוי סוכה' אתרוגים צו נוצן אויף 'נוי סוכה', און פאר די ימי נוראים האט ער געשיקט א קעסטל מהודר'דיגע אתרוגים פאר מרן זי"ע. מנהג רבותינו הק' איז צו קויפן אתרוגים פאר ראש השנה און בין כסא לעשור האט מען זיי איבערגעקוקט און אויסגעקליבן די אתרוגים וואס מ'וועט נוצן לברכה פאר סוכות.

ענדע שנת תרצ"ט האט ר' מענדל ווי געוועהנליך געשיקט צוויי קעסטלעך אתרוגים, ווען דאס ערשטע קעסטל פון די 'נוי סוכה' אתרוגים איז אנגעקומען פאר ראש השנה, האט מרן זי"ע ארויסגענומען פונעם קעסטל צוויי אתרוגים און זיי אוועק געלייגט, כאטש אינעם קעסטל איז נישט געווען כשר'ע אתרוגים לברכה. אבער דאס צווייטע קעסטל פון די כשר'ע אתרוגים איז נישט אנגעקומען, ווייל ס'איז פארלוירן געווארן צוליעב די אומשטענדן פון די צווייטע וועלט'ס קריג וואס האט דעמאלט אויסגעבראכן, ווען דייטשלאנד און רוסלאנד האבן אריינגעדרינגען קיין פוילין.

בין כסא לעשור ווען די גבאים האבן געמאלדן פאר מרן זי"ע אז דאס קעסטל מיט כשר'ע אתרוגים איז נישט אהנגעקומען, האט מרן זי"ע געוויזן, אז ער האט שוין אויסגעקליבן צוויי אתרוגים פונעם קעסטל מיט די 'נוי סוכה' אתרוגים, און ווען מ'האט זיי איבערגעקוקט האט מען טאקע געזעהן אז זיי געווען צוויי כשר'ע אתרוגים. אין יענעם סוכות שנת ת"ש, האט מען אין בעלזא געבענטשט אתרוג אויף די צוויי כשר'ע אתרוגים. דאס אליין אז מ'האט געטראפן צווי כשר'ע אתרוגים צווישן די פסול'ע 'נוי סוכה' אתרוגים איז געווען א גרויס וואונדער, און נאך מער אז מרן זי"ע האט זיך אויסגעקליבן צוויי כשר'ע אתרוגים פונעם 'נוי סוכה' קעסטל, אנדערש ווי ער פלעגט שטענדיג צו טוען.

ר' מענדל פרידמאן האט אנגעהאלטן זיין מנהג אויך אין ארץ ישראל און יעדעס יאהר, געוועהנליך ביז ראש השנה, האט ער אריין געברענגט פינף כשר'ע און מהודר'דיגע אתרוגים פאר מרן זי"ע, און מרן זי"ע האט זיך אויסגעקליבן אן אתרוג פון די פינף, וואס ער האט גענוצט לברכה. יעדעס יאהר ווען ר' מענדל פלעגט קומען מיט די אתרוגים האט מרן זי"ע איבערגע'חזר'ט און אים דערמאנט: "דו געדענקסט אז דאס לעצטע יאהר וואס מיר זענען געווען אין בעלזא האבן מיר געבענטשט אתרוג אויף די 'נוי סוכה' אתרוגים"... פאר ר' מענדל איז יעצט קלאהר געווארן א לאנגיאריגער רעטעניש. ער האט דעמאלט געהאט אוועק געלייגט צוויי מהודר'דיגע און טייערע אתרוגים אין א זייט, און זיי זענען אים פלוצלינג פארשוואונדן געווארן. יעצט אבער האט ער שוין אלעס פארשטאנען. ווארשיינדליך האט זיין ארבייטער בטעות אויך אייגעפאקט די צוויי מהודר'דיגע אתרוגים צוזאמען מיט די 'נוי סוכה' אתרוגים, ווייל פון הימל האט מען געוואלט אז דער בעלזער רב זי"ע זאל האבן צוויי כשר'ע און מהודר'דיגע אתרוגים אויף סוכות.

More in this printout

View the whole printout