הגריידינגער רב הרה"ג רבי יצחק אייזיק ליעבעס ז"ל מח"ס שו"ת "בית אבי" פלעגט צו פארציילן: איין יאהר איז געפאלן מיטוואך הושענא רבא, שמיני עצרת דאנערשטאג און שמחת תורה ערב שב"ק, און באלד דערנאך שבת בראשית. איז געווען א חסיד וואס האט זיך געאיילט אהיים צופאהרן גלייך מוצאי שב"ק, ער האט אבער געוואוסט אז מוצש"ק ביז מ'וועט זיך קענען געזעגענען פון מרן מהרי"ד זי"ע וועט שוין זיין שפעט. האט ער געטראכט אז ער וועט זיך באהאלטן אין א ווינקעל אין שטוב און ווארטן ביז מרן זי"ע וועט צוריק קומען פון פיהרן דעם טיש און דעמאלט וועט ער פרובירן אריינצוגיין צו מרן זי"ע און זיך געזעגענען, אזוי וועט ער קענען מוצש"ק גלייך אהיים פאהרן. אבער צו זיין מזל האט אים דער גבאי באמערקט און אנגעהויבן צו שרייען אויף אים: "דו שעהמסט דיך נישט דער רב האט נישט קיין כח נאך אזא גרויסע עבודה שוין א פאר טאג אין א צו, און דו ווילסט אצינד אריין גיין?" מרן זי"ע האט אריינגעהערט אין זיין צימער די געשרייען פונעם גבאי'ן, און אים אריין גערופן און געפרעגט: "וואס האסטו געזאגט אז איך האב נישט קיין כח? ס'איז נישט ריכטיג. איך בין געזונט און איך האב כח, שוין דריי טעג האב איך נישט גענומען קיין קוויטל, און איך בין ב"ה ווי 'א פרישע ניסל'. נאר אז איך דארף נעמען קוויטלעך פון אידן און אויסהערן זייערע פראבלעמען שטעכט דאס מיך ווי א ביינדל אין גאנצן גוף".
More in this printout
- מאוצרות רבוה"ק מבעלזא - בין יוהכ"פ לסוכותדער ארטיקל פון די בעלזער רבי'ס באהאנדלט די באדייט פון די טעג צווישן יום כיפור און סוכות, ערקלערנדיג פארוואס די תקופה ווערט אנגערופן "גאט'ס נאמען" און די ספעציעל
- מאוצרות הצדיקים - צדקה ערב סוכותלמד על חשיבות נתינת צדקה בערב סוכות, כפי שמבואר בספרי קדש ובדברי צדיקים, כולל טעמים עמוקים מדוע הצדקה היא קישוט הסוכה וכיצד היא קשורה לקבלת התשובה.
- דברות קודש מרבוה"קThis article compiles profound teachings from the Rebbes of Belz on the holiday of Sukkos, exploring the spiritual significance of the Sukkah, Ushpizin, Hoshana
- פערל ווערטער סוכותדער ארטיקל 'פערל ווערטער סוכות' ברענגט צוזאמען פארשידענע תורה'דיגע געדאנקען און רמזים אויף די מצוות פון סוכות, אריינגערעכנט די באדייטונג פון די סוכה, די ענני הכ
- מאוצרות הצדיקים - תשבו בסוכותThis collection of teachings from various Chassidic Rebbes explores the mitzvah of Sukkah, its spiritual significance, and related customs. It delves into topic
- א מנורה פאר סוכותסיפור מרתק על מנהג המנורה בסוכה אצל רבותינו מבעלזא, ועל רבי מיכל'ע מזלאטשוב שחשש לאושפיזין בגלל צל הקלויסטר. מאמר זה מציג שני סיפורים חסידיים הקשורים למצוות סוכ
- קודם שיכנס לסוכה אומרים זהנוסח התפילה והבקשה "יהי רצון" שיש לאמרו קודם הכניסה לסוכה, להשראת השכינה ולפריסת סוכת שלום.
- דאס הייסט דען גילוי אליהו?...This article recounts a humorous story about the Ropshitzer Rav during Sukkos, where rumors of Giluy Eliyahu spread among his Chassidim. The Rav clarifies the m
- בצל כנפיך יחסיוןא מעשה פון הרה"ק רבי מיכל'ע זלאטשוב'ער זי"ע, איבער זיין סוכה וואס איז געשטאנען אין שאטן פון א קלויסטער און די הייליגע אושפיזין וואס זענען נישט געקומען.
- אתרוג איז בכלל גפן...א פאסיגע געשיכטע איבער א באזוך פון האדמו"ר ממאדזשיץ ביים בעלזער רב, וואו זיי האבן גערעדט איבער דעם אתרוג און זיין שייכות צו א גפן.