Skip to content
מטעמים - אידיש

ווי בעסטע ברידער

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

כ'בין געווען ביי א בר מצוה לעצטנס, כ'בין געווען אזוי נתפעל. די עלטערן האבן זיך גע'גט שוין א שטיק צייט צוריק, האסט נישט געקענט דערקענען אז דא איז אפילו געווען א גט. ביידע האבן שוין חתונה געהאט נאכאמאל, ביידע טאטעס האבן באקומען אייניגע אטענשאן.

דער בחור האט געהאט א שמייכל פון דא ביז דא, ער האט נישט אויסגעקוקט ווי א קינד פון א צעבראכענע שטוב, ווייל ס'איז טאקע נישט א צעבראכענע שטוב. ווען עלטערן שיידן זיך און ס'גייט ווייטער אן גוט, איז עס נישט קיין צעבראכענע שטוב.

אויב מ'מאכט עס אויף א קלוגן אופן, אז דאס קינד זאל נישט פילן ווי אים פעלט עפעס, כ'האב מיין טאטע וואס האט מיר ליב, כ'האב מיין מאמע וואס האט מיר ליב, נאר צווישן זיך האבן זיי נייע שותפים, און מ'טוט נישט חלילה בארעדן איינער דעם צווייטן, אין א וועג קען עס נאך זיין שענער, ווייל זיי באקומען דאפלטע ליבשאפט.

פאריגע וואך האב איך געזינגען אויף א חתונה ביי מצוה-טאנץ, כ'בין געווען אזוי איבערגענומען. די מיידל'ס שטיף טאטע מיט'ן עכטן טאטן האבן זיך מכבד געווען איינער דעם צווייטן כאילו זיי זענען בעסטע ברידער. זיי האבן עס געטון ווייל זיי האבן ליב זייער קינד.

ס'איז געווען א פייט, געענדיגט, דאס איז שוין געווען, יעצט גיי ווייטער. האסט דיך גע'גט פאר א סיבה, ווייל דו ווילסט גיין ווייטער מיט'ן לעבן, גיי טאקע ווייטער, דיינע קינדער דארפן נישט ליידן וועגן דעם.

ווען עלטערן וואלטן געוואוסט וואספארא היראו'ס זיי קענען זיין, כ'רעד אסאך מאל צו אזעלכע עלטערן, די מאמע זאגט "אבער ער האט שוין נישט געזען דאס קינד אזוי לאנג, ווי אזוי קען מען דאס פיקסן?"

זאג איך אקעי, ס'איז געווען א מיסטעיק, איר ווייסט ווי אזוי איר קענסט עס פיקסן? זייט איר די היראו, זאגט פאר אייער קינד, "זאלסט וויסן, ביזט געווען יונג, כ'האב דיר נישט געוואלט צומישן, אבער זאלסט וויסן אז דו האסט א טאטע, דיין טאטע האט דיר ליב, דיין טאטע וויל דיר זען, דיין טאטע וויל דיר קענען".

זיי דו וואס ברענגט זיי נאנט. ער גייט אייביג זאגן "ווייסט מאמי, ווען כ'בין געווען קליין האב איך נאכנישט פארשטאנען, און דו האסט געהאט שכל ווי אזוי עס צו פיקסן".

קיינמאל נישט פארגעסן

ווען עלטערן וואלטן געוואוסט וואספארא העלפליין טאטע מאמע זענען, אפילו ווען דער טאטע אדער מאמע איז נישט דער נארמאלסטער מענטש, קען זיין מ'האט אסאך

More in this printout

View the whole printout