Skip to content
מיין יו"ט אוצר

הרה"ק רבי שמעון מיערוסלב זי"ע

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

ספר "תורת שמעון" • ט"ו תשרי תר"י

ואלה תולדות: הרה"ק רבי שמעון מיערוסלב, איז געבוירן אין שנת תקי"ח צו זיין טאטע רבי ישראל [אלבוים] א זוהן פון הגאון המקובל רבי יעקב קאפיל מליקאווא און צו זיין מאמע מרת הינדא. זכר צדיקים לברכה.

האיש מקדש: מרת ביילא פעסיל פון יערוסלב.

תולדותיו: א) בנו ממלא מקומו רבי בונם מנחם מענדל מארילעס. ב) בנו רבי יצחק מארילעס אב"ד ראפשיץ, חתן רבי מנשה מראפשיץ. ג) בנו רבי נפתלי מארילעס אב"ד ליטוביסק. ד) מרת רבקה אשת רבי יהושע לאם מבעלזא. ה) מרת שיינדל אשת רבי קהת היילפרין מירוסלב, ב"ר נפתלי הירץ מברזאן. ו) אשת רבי יהודה לייבוש מחעלם. ז) אשת רבי אליהו ב"ר ישכר דוב וועבער מברעזוב, ח) מרת ביילצא אשת רבי יצחק ציינווירט מווישניצא ט) אשת רבי נתן נטע פרנס מיאשיניצא. י) מרת ויטל אשת רבי מרדכי הלוי העליר מלבוב, יא) מרת פריידא אשת רבי צבי וואהרמאן מבוטשאטש נכד בעל 'דעת קדושים'. זכר צדיקים לברכה.

רבותיו: רבו הראשון, הרה"ק רבי ר' אלימלך פון ליזענסק (שהניח לו התפילין להבר מצוה). רבו המובהק, ה"חוזה" מלובלין. רבי מנחם מנדל מרימינוב. רבו לעת זקנתו, מרן ה"שר שלו'ם" מבעלזא. זכר צדיקים לברכה.

מתלמידיו: הרה"ק ה"דברי חיים" מצאנז. הרה"ק רבי שלום מקאמינקא. הרה"ק רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי. הרה"ק רבי אייזיק'ל מזידיטשוב. הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאמארנא. הרה"ק רבי דוד'ל מדינוב (בן ה"בני יששכר"), און זיי ברודער הרה"ק רבי אלעזר מלאנצוט (עם בנו רבי שלמה אב"ד סטריזוב ומונקאטש). הרה"ק רבי שמואל שפירא (בן ה"בני יששכר"). הרה"ק רבי נפתלי הירץ האלפרין מברעזאן (מחותנו של הרה"ק רבי שמעון). הרה"ק רבי משולם פייבוש מברעזאן (בעמח"ס "שפת אמת"). הרה"ק רבי בעריש פרומער מאושפצין (בעמח"ס "דברי צדיקים"). הרה"ק רבי אליעזר ליפמאן קנעביל. הרה"ק רבי אהרן מאיר פרידלענדער (אבד"ק באלחוב, בעמח"ס "אברך" על תהלים). הרה"ק רבי יהודה צבי אייכנשטיין אבד"ק ראזלא, זיין איידעם הרה"ק רבי יחזקאל הלברשטאם, אבד"ק שינאווא (בעמח"ס "דברי יחזקאל"). הרה"ק רבי יוסף מאיר מספינקא (בעמח"ס "אמרי יוסף"). הרה"ק רבי ישראל בער געלערנטער (בעמח"ס "רביד הזהב"). הגה"צ רבי יוסף באב"ד(בעמח"ס "מנחת חינוך"). הרה"ק רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים אב"ד סיגעט (בעמח"ס "ייטב לב"). הרה"ק רבי מרדכי זילבערשטין אב"ד האלשיץ, (חתנו של ה"ארי' דבי עילאי"). הרה"ק רבי יצחק אייזיק ווייס, אב"ד סוואליווע, (בעמח"ס "בית יצחק" עמ"ס מגילה), ועוד...זכר צדיקים לברכה.

ספריו: "תורת שמעון". אהל שמעון.

על כסא מלכותו: יערוסלב.

פטירתו: הרה"ק רבי שמעון מיערוסלב האט מארך ימים געווען און נפטר געווארן בשיבה טובה ט"ו תשרי שנת תר"י, דעם ערשטן טאג סוכות, אין עלטער פון צוויי און ניינציג יאהר. ער איז נטמן געווארן אויפ'ן בית החיים אין פלקין אכט קילומטר פון יערוסלב. זכר צדיקים לברכה.

על דרך החסידות

הרה"ק רבי ר' שמעון מיערוסלב איז געווען א פלומיניק פונעם 'חוזה' פון לובלי' ביידע זענען געווען אייניקלעך פון הגאון המקובל רבי יעקב קאפיל מליקאווא. זיין טאטע רבי ישראל און זיין זיידע זענען געווען מתנגדים. און די אויפפיהרונג פון זיין זוהן ר' שמעון איז נישט געפעלן פאר'ן טאטן און זיי האבן געהאט צווישן זיך אסאך וויכוחים, אהן דעם אז איינער זאל קענען איבערצייגן דעם צווייטן דעם ריכטיג'ן וועג. באזונדער האט ר' ישראל זיך מתנגד געווען אז זיין זוהן ר' שמעון זאל זאגן קדיש נאך אים ווייל ער זאגט "ויצמח פורקני" אזוי ווי דער מנהג פון חסידים. זיין טאטע ר' ישראל האט מאריך ימים געווען און ער איז נפטר געווארן ט"ז ניסן תקע"ב. דער 'ישועות יעקב' האט גע'פסק'נט אינעם ענין ער זאל נישט זאגן "ויצמח פורקני" און ר' שמעון האט אנגעהאלטן דעם פסק במשך די שלושים. ווען ער איז געפאהרן צום 'חוזה' פון לובלין האט ער זיך באהאלטן אין ביהמ"ד אין א ווינקל ביים אויוון כדי דער 'חוזה' זאל נישט באמערקן אז ער זאגט נישט "ויצמח פורקניי" ווען דער 'חוזה' האט אויסגעטראטן איז ער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "דיין טאטע, מיין פעטער ר' ישראל איז ביי מיר געווען און מיך געבעהטן איך זאל דיר זאגן אז דו קענסט שוין זאגן 'ויצמח פורקני", ווייל אין עולם העליון האט ער געזעהן אז דער דרך החסידים איז ריכטיג, און ער האט אויך געזאגט 'ויצמח...'.

די שטאט יערוסלב

בשעת דער ברודער פון רבי ר' שמעון, ר' משה האט זיך באזעצט אין ליזענסק, האט דער רבי ר' שמעון זיך באזעצט אין די שטאט יערוסלב, א שטאט מלא חכמים וסופרים. דער רבי ר' שמעון האט געזאגט אז יערוסלב איז 'יראת-לב'. פונקטליך פארוואס ער האט זיך באזעצט אין יערוסלב איז נישט באקאנט, מעגליך איז, ווייל זיין רעבעצין ביילא איז געווען פון יערוסלב, האט ער געוואלט זיין סמוך על שלחן חותנו.

"צדק צדק תרדוף למען תחי"

הרה"ק רבי ר' שמעון, טראץ וואס ער איז געווען א תלמיד פונעם רבי'ן ר' אלימלך פון ליזענסק, און געווען מפורסם אלס א רבי און א איש קדוש, איז ער געפאהרן צו פיהלע צענדליגער צדיקים וואס זענען געווען פיהל יונגער פון אים. נאך אלס זקן מופלג ביי די ניינציג יאהר האט ער זיך מכניע געווען צו יונגע רבי'ס. די הנהגה האט ער מקבל געווען פון זיין רבי'ן, דער "חוזה" פון לובלין, וואס האט אים פאר א יעדן צדיק.

א סגולה צו אריכות ימים

הרה"ק רבי ר' שמעון פלעגט שטענדיג זאגן אז זיך מסתופף זיין שטענדיג ביי צדיקים איז א סגולה אויף אריכות ימים ושנים. ער האט געזאגט אז ער איז געפאהרן צו צוויי הונדערט און פופציג צדיקים. און געזאגט בדרך צחות אז ס'איז מרומז אין פסוק (אנהויב פ' שופטים) "צדק צדק תרדוף"—אז דו וועסט נאכלויפן און זוכן צדיקים זיי צו זעהן [און אויך די יונגע], "למען תחי""-וועסטו זוכה זיין לאנג צו לעבן און האבן אריכות ימים ושנים.

און אזוי האט הרה"ק רבי יוד'לע מדזיקוב דערציילט: הרה"ק רבי ר' שמעון האט געזאגט: איך האב זוכה געווען צו אריכות ימים ווייל איך האב קיינמאהל נישט געפרעגט קיין קשיות און נישט געקומען מיט טענות אויף דעם באשעפער!" פרעגט אים דער גביר: "און וואו וואוינט דער באשעפער?" האט אים רבי שמעון צוריק געענטפערט: "ווען דו וועסט זוכן ביים נאכטמאהל א שטיקל ברויט וועסטו שוין וויסן וואו דער באשעפער וואוינט!" ס'האט נישט גענומען א לאנגע צייט און דער גביר איז ל"ע פארארימט געווארן און ער האט נישט געהאט אין שטוב א שטיקל ברויט צו עסן.

דער רבי ר' שמעון פון יערוסלב, איז געפאהרן צו צדיקים במשך פון פינף דורות. אינעם ערשטן דור איז ער נאך געווען געפאהרן צו רבי ר' אלימלך, און נאך זיין פטירה, האט ער זיך מסתוןפף געווען ביי זיינע תלמידים, הרה"ק ה'חוזה' פון לובלין, הרה"ק רבי ר' מענדל פון רימינוב. דערנאך איז ער ווייטער געפאהרן צום דריט'ן דור, צו הרה"ק רבי נפתלי פון ראפשיץ, און נאך זיין פטירה האט ער זיך מתקשר געווען מיט זיין איידעם הרה"ק רבי אשר ישעי' פון ראפשיץ, און אויך צו הרה"ק רבי ר' הרש פון רימינוב און צו מרן השר שלום מבעלזא זי"ע, און נאך זייער פטירה איז ער ווייטער געפאהרן צום פינפטן דור, הרה"ק רבי מנשה, דער זוהן פון הרה"ק רבי פון אשר ישעי' מראפשיץ, וואס איז אויך געווען א צדיק ואיש קדוש, ווען מ'האט נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי דער זקן צדיקי הדור דער רבי ר' שמעון וואס איז נאך געפאהרן צו הרה"ק דער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זאל זיך אויפהייבן און פאהרן אלס א חסיד צו הרה"ק רבי מנשה, וואס וואלט געקענט זיין, זיין אייניקל. האט רבי ר' שמעון געענטפערט: אז אויב ער וועט נישט פאהרן צו אים, וועט דאס ווייזן אז ער האלט אז רבי מנשה איז נישט ראוי לאותו איצטלא, וועט מען מיר פון הימל וועלן ווייזן אז ער איז טאקע א רבי און א צדיק, וועט מען מיך ארויף רופן אין הימל מיר דאס צו ווייזן, 'אויב אזוי וואס פעהלט מיר דאס אויס, אז איך זאל אים נישט רופן רבי. דער אויסרייד פלעגט רבי ר' שמעון שטענדיג נוצן.

קבלה בשמחה – ערובה לגאולה

אידישע קינדער וועלן זוכה זיין צו אלע באהאלטענע גוט'ס און צו הויכע מדריגות, ווייל מ'האט בימי הגלות אלעס מקבל געווען בשמחה.דאס איז פשט: "אז יאמרו בגויים הגדיל ה' לעשות עם אלה", ווען משיח וועט קומען וועלן די פעלקער פרעגן, פארוואס האט דער באשעפער געטוען פאר די אידן אזעלכע גרויסע זאכן? וועט מען זיי ענטפערן: "הגדיל ה' לעשות עמנו היינו שמחים", דער באשעפער האט מיט אונז געטוען גרויסע זאכן ווייל מיר זענען געווען בשמחה טראץ וואס ס'איז אויף אונז אריבער. (הרה"ק רבי שמעון מיערוסלב זי"ע)

ביי הרה"ק רבי מאיר'ל מפרימישלאן

צווישן הרה"ק רבי מאיר'ל פון פרימישלאן און הרה"ק רבי ר' שמעון, האט געהערשט א שטארקע נאענטקייט. כאטש רבי מאיר'ל איז געווען פיהל יונגער. דער רבי ר' שמעון פלעגט צו פאהרן קיין פרימישלאן, און אויף אים האט זיך רבי מאיר'ל אויסגעדרוקט מיט'ן לשון המשנה (אבות א:ב) "שמעון הצדיק היה משיירי כנסת הגדולה". [ווייל ער איז געווען א גאר גרויסער "זקן", וואס נאך זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן ר' אלימלך פון ליזענסק].

אמאהל איז א סוחר פון יערוסלב געפאהרן קיין פרימישלאן האט אים דער רבי ר' שמעון געבעהטן איבערצוגעבן א גריס פאר הרה"ק רבי מאיר'ל, נאכ'ן באקומען דעם גריס האט הרה"ק רבי מאיר'ל געגעבן פאר'ן סוחר פינף זהובים מיט עטליכע גראשן. דאס איז געווען אין א צייט וואס ביי הרה"ק רבי ר' שמעון אין שטוב האט געהערשט א גרויס ענגשאפט. דער סוחר האט אויסגעפיהרט זיין שליחות און איבערגעגעבן דאס געלט, אבער דעמאלט האט מען געזעהן די אפענע רוח הקודש פון דער נאראלער רב זצ"ל האט דערציילט: אַ פארכטיגע מעשה איבער'ן גרויס'ן כח פון קענען זעהן און די אנדערע חושים וואס הרה"ק רבי ר' שמעון האט פארמאגט כאטש ער איז געווען א סגי נהור. אמאהל איז דער רבי ר' שמעון געקומען קיין נאראל צו באַזוכן הגה"ק רבי אברהם פון נאראל, אַ תלמיד פונעם 'חוזה' פון לובלין. און ווען ער איז געגאַנגען אויף די גאַס, האבן אים צוויי מענטשן אנגעהאלטן פון ביידע זייטן אים צו ווייזן דעם וועג, ער זאל זיך נישט אנשטויסן אין קיין שטרויכלינג. אבער אצינד ווען זיי זענען אנגעקומען צו די שטאָט נאראל, האָט מען געדארפט אריבערגיין אַ שמאלע בריק כדי אריינצוקומען אין שטאָט, און צו זייער גרויס ערשטוינונג האָט דער רבי ר' שמעון געזאגט צו זיינע באגלייטער: דאָ דאַרפט איך אייך נישט האבן, און איך וועל אריבערגיין די בריק אַליין, ווייל די הייליגע דברי תורה פון רבי ר' שמעון שטענדיג נוצן.

תפילין דמרא עלמא".

הרה"ק רבי ווען ער איז געווארן א בר מצוה, האט אים הרה"ק רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע, געלייגט די תפילין, און דער רבי ר' אלימלך האט אים געזאגט: "קום וועל איך דיר אנטוהן תפילין דמרא עלמא". און דער רבי ר' שמעון האט צוגעגעבן: "איך בין נאך אן אלטער יונגערמאן, און איך געדענק דאס נאך", מיינענדיג, אז ער שפיהרט נאך דעם איינדרוק וואס דער רבי ר' אלימלך האט אויף אים געמאכט ווען ער האט דעמאלט געלייגט תפילין. (הרה"ק רבי איציקל מפעשעווארסק ששמע מפי הרה"ק רבי פנחס אוסטילא, ששמע מכ"ק מרן מהרי"ד זי"ע)

"דער באשעפער זאל געבן, און פארגעבן, און נישט נעמען".

אויף די עלטער אלס סגי נהור, ווען דער רבי ר' שמעון איז געקומען קיין בעלזא פלעגט די רעבעצין מלכה ע"ה פון בעלזא זארגן פאר אלע זיינע באדערפנישן אז ס'זאל אים גארנישט פעהלן. פאר'ן אוועק פאהרן פון בעלזא האט די רעבעצין מלכה ע"ה געבעהטן ביי רבי ר' שמעון א ברכה. וועט מען אים דן זיין דערויף אין הימל. און רבי ר' שמעון האט אויסגעפיהרט: "כאטש פון יערוסלב קיין בעלזא איז דא מער ווי י"ב מיל, אבער דורך די לופט איז דער מרחק נישט אזוי ווייט דעריבער פאהר איך צו אים". און מרן מהר"א זי"ע האט צוגעלייגט און געזאגט: "היינט צו טאג קומען מענטשן פון אלע ווינקלען פון די וועלט קיין בעלזא שנעלער ווי זיי זענען געקומען פון יערוסלב קיין בעלזא אין יענע טעג.". (ווען דער 'בית ישראל' איז ארויסגעקומען פונעם וויזיט, האט ער געזאגט צו די חסידים וואס זענען געשטאנען אינדרויסן, "איר הערט וואס דער בעלזער רבי האט געזאגט? אז מ'דארף קומען צו אים פון אומעטום".

אין די הייליגע בעלזער שוהל

דאס ערשטע מאהל ווען דער רבי ר' שמעון מיערוסלב איז געקומען קיין בעלזא, און ער געווען א זקן מופלג און א סגי נהור, מרן מהר"ש זי"ע האט אים ארום געפיהרט אין די הייליגע שוהל אין בעלזא וואס ער האט געבויעט מיט פיהל קדושה וטהרה, הרה"ק רבי ר' שמעון האט געטאפט און געטאפט די ווענט און געזאגט גוט, גוט, ביז ער האט זיך אפגעשטעלט אויף איין ארט און געפרעגט, "וואס איז דא?" ווייל ער שפיהרט נישט אויף דעם פלאץ די זעלבע קדושה וואו ער האט געשפיהרט אין די גאנצע שוהל. האט אים מרן מהר"ש זי"ע געענטפערט: "ווען מ'האט דא געבויעט בין איך נישט געווען אינדערהיים, און זיך נישט אומגעקוקט אויף די ארבעט". ווען מרן מהר"ש זי"ע האט אים געוויזן ביתו נאוה קודש האט רבי ר' שמעון מיט וואונדער געזאגט: אין א שוהל פארשטיי איך אז מ'לייגט אריין אזויפיהל קדושה, אבער אין א פשוט הויז ווי מ'וואוינט, מ'זאל אריינלייגן אזויפיהל קדושה, איז א זאך וואס נישט יעדער איז זוכה צו דעם.

דער זמר 'איש חסיד'

וועגן די התבטלות פון הרה"ק רבי ר' שמעון צו כ"ק מרן מהר"ש זי"ע, האט כ"ק מרן מהר"א זי"ע דערציילט: דער רבי ר' שמעון איז אמאהל געווען אויף א שבת אין בעלזא. זיין מנהג איז געווען צו פראווען די סעודת מלוה מלכה זונטאג אינדערפרי, און ער האט געזונגען מיט א הייליגע נעימה דעם זמר "איש חסיד". צדיקים האבן באוואונדערט וויאזוי ער זינגט דעם זמר. מרן מהר"ש זי"ע האט זייער באגערט צו הערן דעם זמר 'איש חסיד' פון רבי ר' שמעון, האט ער געבעהטן די חסידים אז איידער מ'הייבט אן זינגען דעם זמר זאל מען אים רופן, ווען ער איז געקומען איז ער געשטאנען ביי די טיהר, און מרמז געווען אז מ'זאל נישט זאגן פאר רבי ר' שמעון אז ער איז דא. דער רבי ר' שמעון וואס איז שוין דעמאלט געווען א סגי נהור האט באלד מרגיש געווען אז מרן מהר"ש איז אריינגעקומען און געקלעקט מיט די פינגער און געזאגט: "מיין יונגער רבי איז דא", און נישט געוואלט זינגען. מרן מהר"ש זי"ע האט אים שטארק געבעהטן ער זאל זינגען און ער זאל זיך נישט שטערן פון זיין הייליגע עבודה, אבער ער האט נישט געוואלט, און געזאגט אז ער קען נישט זינגען ווען זיין רבי איז דא".

באַשאַפן א נייע לונג

הרה"ק דער 'ישמח ישראל' פון אלכסנדר זצוק"ל האט דערציילט: הרה"ק רבי ר' שמעון מיערוסלב האט געהאט א חסיד וואָס הא ט אים געשטיצט און אויסגעהאלטן מיט אלע זיינע באדערפנישן. איין טאָג איז דער חסיד קראַנק געוואָרן און געווען אין א גרויס געפֿאַר, אַז אַלע דאָקטורים האָבן אויפגעגעבן אויף אים ווייל ס'פעהלט אים א לינג. איז ער געקומען צו רבי ר' שמעון און געבעהטן רחמים פאר א רפואה שלימה, האט ער אים געהייסן פאהרן קיין בעלזא. האט דער חסיד אים געפרעגט: חסידיות זאל איך לערנען ביי אייך, און איך דארף א ישועה שיקט איר מיך צו אַן אַנדערן רבי? האט אים רבי ר' שמעון געזאגט אז ער וועט מיט אים פאהרן קיין בעלזא, און זיי זענען ביידע געפֿאָהרן. ווען זיי זענען אנגעקומען, האט דער רבי ר' שמעון געבעהטן פון כ"ק מרן מהר"ש זי"ע ער זאל אים טוען א טובה. פרעגט אים מרן זי"ע און אויב איך וועל אים טוען, וואס וועט זיין, וועט ער מיך רופן רבי? האט ער געענטפערט יא! באלד איז מרן זי"ע אויפגעשטאנען. און אנגעטוהן פאר דעם חסיד זיין גארטל, און אים געזאגט: "דו ביסט שוין געהאלפן, איך האב דער אריינגעזעצט א נייע לינג." (ספר 'תפארת ישראל' (אות שנז)

אשכבתיה דרבי

הרה"ק רבי ר' שמעון מיערוסלב איז נפטר געווארן ט"ו תשרי תר"י, דעם ערשטן טאג סוכות אינדערפרי, בשעת נטילת לולב, אין עלטער פון צוויי און ניינציג יאהר. ער איז נטמן געווארן אויפ'ן בית העלמין אינדרויסן פון די שטאט פלקין, וואס איז אכט ק"מ פון די שטאט. ווי ס'ליגן נאך צדיקי עולם. מ'האט אויפגעבויעט אן אוהל אויף זיין קבר, ווי ס'איז שפעטער נטמן געווארן זיין זוהן ממלא מקומו רבי בונם מנדל. זכותו וזכות כל הצדיקים תגן עלינו ועל כל ישראל. אמן.

(מקורות: אור הצפון, עלים לתרופה, תולדות וסיפורי צדיקים, "נר יהושע" תולדות וסיפורי צדיקים, מעשי אבות, הילולא קדישא, אנציקלופדיה לחכמי גאליציה, זכרונם לברכה, ימי זכרון, אוהל שמעון. ועוד)

More in this printout

View the whole printout