Skip to content
הזכירו ריבניץ - אידיש

36 שעה ריבניץ

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

36 שעה ריבניץ

הכנות און סטראטעגיע; אן אינפארמאטיווער שמועס מיט די פירנדע עסקנים איבער דער מייסטערהאפטיגער ארדענונג ארום דעם יומא דהילולא פון רביה"ק מריבניץ זצוק"ל אסרו חג סוכות, וויאזוי עס איז צושטאנד געקומען און די שווערע ארבעט וואס גייט אריין דערין

דער טאג אסרו חג סוכות איז א געהויבענער טאג פאר זיך זעלבסט, זייענדיג דער טאג ווען די הייליגע טעג פון חודש אלול און תשרי קומען צו א ליכטיגן גמר לטובה ולברכה, אבער שוין מער ווי דרייסיג יאר ווערט אסרו חג סוכות געדענקט ביי כלל ישראל אלס דער יומא דהילולא קדישא פונ'ם הייליגן ריבניצער רבי זי"ע. וואס האט זיך אנגעהויבן בזעיר אנפין אין די ערשטע יארן, האט זיך צעוואקסן אויף אן אומשאצבארן פארנעם. צענדליגער טויזנטער אידן שטראמען צום וויזניצער בית החיים, אשר שם חלקת מחוקק ספון, און בעטן זיך אויס כל מילי דמיטב.

דעם מייסטערהאפטיגן סדר וואס הערשט דארט, איז זיכער ארויס מיט התפעלות. דער ועד הפועל אינאיינעם מיט'ן הנהלת הבית החיים, וועלכע גיבן זיך אפ מיט'ן סדר אינ'ם בית החיים, האבן במשך די יארן מצליח געווען אויפצושטעלן א זעלטענער סדר און ארדענונג אז דער ריזיגער ציבור זאל קענען זיך משתטח זיין אויפ'ן ציון הקדוש מיט ישוב הדעת און כבוד הראוי.

ווער עס האט שוין אמאל באזוכט דעם מקום הקדוש ביום היארצייט און זיך אפגעשטעלט א מינוט אריינצוקלערן אין

צו הערן מער דערוועגן האבן מיר געכאפט א שמועס מיט די פירנדע עסקנים פונ'ם ועד הפועל הרה"ח ר' משה יוסף גליק, הרה"ח ר' מענדל סאמעט און דער מייסטער- פראדוצירער הרה"ח ר' יוחי פליישמאן, צו הערן וואס עס גייט אלץ אריין אין ארגאניזירן דעם ריבניצער יארצייט.

וועלכע צייט אין יאר הייבן זיך אן די הכנות צום יארצייט?

ר' יוחי:

מען הייבט געווענליך אן טראכטן און פלאנירן באלד נאך פסח, ארום ל"ג בעומר. אינאיינעם מיט'ן ועד הפועל גייט מען איבער דעם פארלאפענעם יארצייט: וואס האט גוט געקלאפט, וואס דארף פארבעסערט ווערן און וואס דארף מען צולייגן.

ברוך השם, די פארלאפענע יארן שיין געקלאפט, אבער עס איז נישטא קיין שיעור אויף בעסער. איך, אינאיינעם מיט ר' משה יוסף גליק און ר' מענדל סאמעט, קלערן איבער פארשידענע פארשלאגן. מען קען אויך נישט פשוט נאכמאכן דעם פאריגן פלאן, ווייל דער היימישער ציבור וואקסט ב"ה, און וואס איז געווען גענוג פאראיאר קען היי־יאר שוין נישט זיין גענוג.

שוין אזוי פרי זיין פארנומען מיט די הכנות?

ר' יוחי:

די כוחות און פרטים וואס גייען אריין אינ'ם יארצייט זענען אומגלויבליך. אזויפיל מענטשן קומען צוזאמען אין גאר א קורצער צייט, אויף א פלאץ וואס איז נישט קיין מקום רחבת ידים; כדי אלעס זאל פארן מיט סדר, זיכערהייט און כבוד, מוז יעדער פרט זיין דורכגעטראכט לאנג פריער.

דער ריבניצער יומא דהילולא פאלט אויס אסרו חג סוכות. אין די פריערדיגע וואכן איז יעדער פארנומען מיט אלול, די ימים נוראים און סוכות, און עס איז שווער צו קאארדינירן און מסדר זיין די זאכן. אידישע בעלי מלאכה זענען פונקט אזוי פארנומען, און חול המועד זענען ערפארענע ארבעטער כמעט נישט אוועילעבל.

פונדעסטוועגן מוזן די לעצטע הכנות געענדיגט ווערן אין די עשרת ימי תשובה, צווישן יום כיפור און סוכות, און טייל גאר אין חול המועד כפי המותר ע"פ פסק גדולי הרבנים במאנסי שליט"א. דאס איז א שטארקער טשאלענדזש, אבער דער אויבערשטער העלפט בזכות פונ'ם גרויסן צדיק און די צענדליגער טויזנטער אידן.

וואס אלץ דארף מען אנגרייטן פון פאראויס לכבוד דעם יומא דהילולא אז זאכן זאלן קלאפן, און וואס קען מען זיך אויף מוצאי סוכות אדער אסרו חג בעצם יומא דהילולא?

ר' יוחי:

יעדער איינציגער דעטאל מוז זיין גרייט פון פריער, אן קיין אויסנאם. אויפ'ן יארצייט דארפן מיר בלויז אכט געבן אז אלעס בלייבט אויף די רעלסן. אך און וויי אויב מען דערמאנט זיך ערשט דעמאלט עפעס מסדר צו זיין.

מיר האבן פלענער אויף יעדער סיטואציע. ווילאנג יעדע פאטענציעלע שטרויכלונג האט א פארגעגרייטן ענטפער בלייבט דער ציון הרה"ק מ'ריבניץ באגרעניצט צום אינצידענט; אן א פלאן קען עס אפשטעלן דעם גאנצן סיסטעם.

ארויסקומען פונים ציון אא"וו. קענט איך דערציילן וואס ליגט דערונטער?

ר' יוחי:

אין יעדער קלייניגקייט ליגט חדשים ארבעט. מען גייט איבער יעדע שילד און וואו עס זאל הענגען, די שאטערס און אלע צוגעהערן. עס איז אזוי גוט מסודר, אז דער באזוכער באמערקט ניטאמאל וויפיל מען האט צוגעשטעלט, אין א בחינה פון אין בעל הנס מכיר בנסו.

באסעס פארן כסדר, פארקינג איז מסודר און די בתי כבוד ווערן געהאלטן ריין און שיין. דער ציל איז אז דער מענטש זאל נישט שפירן פארלוירן, נאר האבן ישוב הדעת.

מען לייגט זיך אריין אינ'ם מצב פונ'ם באזוכער פון דער מינוט וואס ער שטייגט אראפ פון באס: וואו וואשט ער די הענט, וואו איז דער בית הכסא, צי איז דא גענוג פאפיר, האנטוכער און נטילת- ידים געברויכן, וואו נעמט ער א תהלים, און וואו טרעפט ער פאפיר און א פען צו שרייבן א קוויטל.

דער זעלבער סדר בלייבט סיי אין די פארנומענסטע שעות און סיי צוויי אזייגער ביינאכט. יעדער ווייסט וואו צו גיין, וואו דער באס שטייט און וואו מען טרעפט וואס מען דארף, אן דארפן זוכן אדער פרעגן.

די ארדענונג וואס מען זעט ביים יארצייט איז טאקע וואונדערליך, אנגעהויבן ביי די טראנספארטאציע, די טראפיק, די תפילות און השתטחות ביים ציון, די עסן ביים

טאג אויפ'ן ציון וואס עינו ולבו שם כל הימים, כדי צו קענען האלטן דאס פלאץ בכבוד'יג און אויסברייטערן די אפעראציעס.

מיט דער צייט האבן מיר געזען אז מען דארף דא האבן א מייסטער ארגאניזירער פונ'ם העכסטן שטאפל. דאן האט מען אויפגענומען ר' יוחי פליישמאן אנצופירן דעם פראיעקט, און ברוך השם ער שטייט שוין עטליכע יאר אין שפיץ פונ'ם סוקסעספולן ריבניצער יארצייט, כולם שוים לטובה.

וועלכע צייט פון טאג איז די פארנומענסטע אין לויף פונים יומא דהילולא?

ר' משה יוסף גליק:

די לעצטע שעה פאר'ן זמן ר"ת.

גיב איבער אביסל פאקטן און ציפערן איבער וואס עס טוט זיך אפ ארום דעם יארצייט?

ר' משה יוסף גליק:

אזויפיל ווי אכצן טענטס ווערן אוועקגעשטעלט אויפ'ן בית החיים פאר די פארשידענע צוועקן, ווי ליכט, קוויטלעך, תהילים זאגן, מניני תפילה ועוד.

אין די פארנומענע שעות פונ'ם יארצייט זענען דא אזויפיל ווי 250 ארבעטער וועלכע געבן זיך אפ מיט אלע אנגעלעגנהייטן, ווי האלטן די זיכערהייט אינעווייניג אינ'ם בית החיים און אינדרויסן אויף די שאסייען, רייניגונגס-ארבעטער וואס מאכן זיכער אז אלעס איז זויבער און צאמגענומען, טראנספארטאציע דרייווער וועלכע ברענגען און טראגן דעם עולם, אא"וו.

וויאזוי גייט צו דער טעכנישער חלק פון טראנספארטירן אזויפיל טויזנטער אידן צום ציון?

ר' יוחי:

פאר'ן טראנספארטאציע חלק אליין זיצן מיר שוין חדשים פריער מיט די פאליציי און אנדערע פאראנטווארטליכע כדי אויסצוארבעטן אלע דעטאלן. מען דארף באשליסן וועלכע גאסן דארפן ווערן אפגעשפארט, וועלכע דארפן זיין באגרעניצט, און וויאזוי מען וועט האלטן דעם געווענליכן טראפיק אין מאנסי אין באוועגונג בשעת דער ריזיגער ציבור קומט צום ציון.

דער ועד הפועל דינגט אויך אפ פארקינג לאטס וואו דער עולם פון די ווייטערע געגנטער, ווי וויליאמסבורג, בארא פארק, לעיקוואוד, קרית יואל און נאך, קען פארקירן די אויטאס. פון די פארקינג לאטס ווערט דער ציבור אריבערגעפירט מיט ספעציעלע שאטלס ביז צום ציון הקדוש.

אין צוגאב איז דא א באזונדערער אפאראט פון באסעס וואס ברענגען און טראגן אידן פון די ווייטערע געגנטער. עס פארט אויך א לאקאלער שאטל ארום מאנסי און נעמט אויף דעם ציבור, כדי די גאסן זאלן נישט ווערן אנגעלייגט מיט פריוואטע אויטאס וואס פארן אלע אין ריכטונג פון בית החיים.

אלע חלקים דארפן זיין גוט צאמגעשטעלט. די באסעס דארפן קענען אנקומען און אוועקפארן מיט א סדר, די שאטלס דארפן זיין אין טאקט, און דער ציבור דארף קלאר וויסן וואו מען דארף גיין. ווען מען רעדט פון אזויפיל טויזנטער מענטשן, קען אפילו א קליינע שטערונג אין איין טייל פונ'ם סיסטעם האבן אן אויסווירקונג אויפ'ן גאנצן סדר.

דאס אלעס איז בלויז דער מינימום שבמינימום וואס מען מוז צושטעלן, כדי זאכן זאלן נישט ארויסגיין פון גלייכגעוויכט, און דער ציבור זאל קענען אנקומען צום ציון, מתפלל זיין און צוריק אהיימפארן מיט רואיגקייט און זיכערקייט מיט פולע ישועות.

ווען איז דער ועד הפועל געגרינדעט געווארן?

ר' משה יוסף גליק:

דאס ערשטע יאר נאך וואס דער רבי זי"ע איז נפטר געווארן, אין יאר תשנ"ז, האט מען אנגעהויבן מסדר צו זיין דעם יומא דהילולא בזעיר אנפין. צווישן די ערשטע עסקנים זענען געווען מיין זיידע הרה"ח ר' אברהם הערש גליק ז"ל, א גבאי ביים רבי'ן; יבלחט"א מיין טאטע ר' שמואל גליק וואס האט אויך אסאך משמש געווען די לעצטע יארן; הרה"ח ר' הערשל שענוואלד שליט"א משב"ק; און הרה"ח ר' ארי' לייב געלדצעהלער שליט"א משב"ק.

פון יאר צו יאר איז דער ציבור געווארן אלץ גרעסער, און מיט די יארן זענען אריינגעקומען פרישע כוחות צו ארגאניזירן דעם יארצייט. איך בין מיט די יארן אריינגעקומען אין בילד אינאיינעם מיט נאך יונגעלייט מיט פרישע יונגע כוחות, אזוי אויך האבן מיר א משמש יעדן

הערט איר צוריק ישועות וואס מענטשן זעען נאכ'ן נושא בעול זיין אין די הוצאות היארצייט?

ר' מענדל סאמעט:

עס איז דא א איד וואס איז אליין צוגעקומען און זיך אנגעטראגן צו נעמען א געוויסן חלק אין די הוצאות, זינט דאן האט ער געזען אויסטערליכע הצלחות אין זיין ביזנעס. יעדעס יאר קלינגט ער אן זיכער מאכן אז ער פארלירט נישט די זכיה צו האבן א חלק אינ'ם יארצייט. פון יאר צו יאר איז ער מוסיף אויף זיין נדבה מיט נאך עטליכע טויזנט דאלער.

פאראיאר איז געווען נאך א מענטש וואס האט געהאט א גאר גרויסע און קאמפליצירטע געשעפט וואס האט געדארפט דורכגיין. ער האט זיך אונטערגענומען צו העלפן דעקן די גרויסע הוצאות פונ'ם יארצייט. ברוך השם, דער דיעל איז דורך און יעצט איז ער שוין פארנומען מיט א פרישן דיעל מיט'ן רבי'ן.

הנדיב ר' שרגא יעקב האפמאן הי"ו זינט דעם ערשטן יומא דהילולא תשנ"ז. ער לייגט זיך אריין אין דער גאנצער זאך און נעמט אויף זיך די הוצאות יעדעס יאר. אפילו דער ציבור וואקסט און די הוצאות ווערן כסדר גרעסער, האלט ער ווייטער אן מיט דער זעלבער איבערגעגעבנקייט, כדי אויפצוהאלטן דעם רבי'נס נאמען און זכר אויף יעדן מעגליכן אופן.

דער נדבן איז אויך דער פטרון פונ'ם בנין התלמוד תורה, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אלס א זכרון נצחי פאר'ן רבי'ן זי"ע, און דער בנין טראגט טאקע דעם נאמען פון ר' שרגא יעקב שליט"א. ר' שרגא יעקב האפמאן איז געווען פון די נאנטסטע מקורבים ביים רבי'ן. ער האט בחיים חיותו פונ'ם רבי'ן זצ"ל געשטיצט דעם רבי'נס שטוב און געווען צוהילף מיט א געוואלדיגער געטריישאפט. אויך יעצט לאחר פטירתו שטרענגט ער זיך אן צו האלטן דעם רבי'נס זכר, סיי דורכ'ן אויסהאלטן די יארצייט סעודה און סיי דורכ'ן אויפשטעלן דעם בנין התלמוד תורה על שמו ולזכרו.

וואס איז מיט דער יארצייט סעודה?

ר' משה יוסף גליק:

די גאנצע יארצייט סעודה ווערט שוין באצאלט דורכ'ן חשובן נדבן הרה"ח

More in this printout

View the whole printout