ר' יעקב שילקרויט הי"ו,
90 יעריגער איינוואוינער
אין פלעטבוש און לעצטער
איבערלעבער פון שטאט ריבניץ,
עראינערט זיך איבער דעם "גוטער
איד" וואס איז געווארן בארימט
און פארהייליגט אין די גאנצע
אידישע וועלט
דער רבי אלס זיין מסדר
קידושין און מוהל ביי זיין זון
טבילות אינעם דניעסטער
אינמיטן די מלחמה – א
פארשפעטיגטער באזוך ביים רבי'ן
אזי פריעדמאן
א שטיק צייט צוריק האבן מיר זיך דערוואוסט איבער א איד וואס איז געבוירן אין די שטאט "ריבניצא", איז געווען אין דארטיגן געטא און האט שפעטער דארט געוואוינט; זייענדיג דער סאמע-לעצטער פון די וואס האבן מיטגעלעבט יענע יארן צוזאמען מיט דעם איש פלא וקדוש עליון, הרה"ק רבי חיים זאנוויל מריבניץ זי"ע – וועמענ'ס 30'טע הילולא קדישא געפאלט ביום כ"ד תשרי.
מיר האבן שנעל געמאכט אונזער וועג קיין פלעטבוש, צו א גרויסן אפארטמענט בילדינג אויף איסט 18'טע גאס, וואו מיר האבן אידענטיפיצירט די מזוזה ביים טיר פון משפחת שילקרויט. מיר האבן אנגעקלאפט אין טיר, נישט וויסענדיג צי דער געזוכטער זקן איז בכלל אין א מצב פון דערציילן, און צי ער האט געהאט סיי וועלכן באזונדערן קשר מיט דעם צדיק וואס האט אזוי באקאנט געמאכט זיין שטאט.
נאך א קורצע וויילע, וואס האט אויסגעזען פיל לענגער, עפענט זיך די טיר און דער עלטערער איינוואוינער קומט ארויס און האלט אין די האנט עטליכע דאלאר באנקנאטן; מיינענדיג (זעענדיג פונעם טיר- שפאלט), אז מיר גייען ארום קלאפן טירן פאר צדקה... הפנים, מיר זענען אין א אידישע- באוואוינטע הויז און ביים טיר פון א אידישן מענטש וואס איז אויסגעשטעלט צו היימישע אידן.
הערענדיג אז מיר זענען גאר געקומען צו רעדן איבער "ריבניץ" און איבער דעם צדיק וואס האט דארט געוואוינט, האט דער איד אויפגעלאכטן. ער האט נישט גערעדט קיין ווארט, נאר געוויזן אז מיר זאלן אריינקומען צו אים אין די דירה, וואו ער וואוינט פארגאנגענע 30 יאר - זינט ער האט פארלאזט רוסלאנד און איז ארויסגעקומען צו די פרייע וועלט. דארט האבן מיר אים נאכגעפאלגט און זיך אוועקגעזעצט ביים טישל אינעם קיך, וואו ער האט אנגעהויבן רעדן:
"איך קען אייך זאגן נאר איין זאך: דאס וואס איך בין א איד - איך בין א כהן, נישט א פראסטער כהן, מיין זיידע'ס טאטע רבי אברהם הערש איז געווען א רבי אין די תק"מ יארן - איז א דאנק מיין רבי, ר' חיים זאנוויל, וואס כ'בין ביי אים אויפגעוואקסן אין ריבניצא.
"מיין נאמען איז יעקב יצחק. מיין טאטע איז געווען ר' הערשל שילקרויט, וואס איז געווען אן אייניקל פון א גרויסן צדיק. מיין מאמע זלאטא איז אויך געווען פון א חשוב'ע משפחה; איר טאטע איז געווען א לוי. אין א דערפל נעבן ריבניצא, וואס דארט האט געוואוינט מיין טאטנ'ס זיידע, דער צדיק, און דער דארף האט געהייסן נאך אים - "גערשאנאווקא" (די ערשטע ווערטער זענען "הערש"; אויף רוסיש זאגט מען א "ה" ווי א "ח").
"ר' חיים זאנוויל איז געווען מיט אונז צוזאמען אין געטא פון תש"א ביז תש"ד. מיר זענען דערנאך געווען מיט אים אין די שטאט ריבניצא. ער איז אוועק קיין אמעריקע אין תשל"ג, און איך בין געקומען 20 יאר שפעטער, אין תשנ"ג.
"אין געטא האט מען גע'הרג'עט מיין טאטע, מיין זיידע און באבע, מיין פעטער און אנדערע בני משפחה. איך בין געבליבן מיט די מיין מאמע און מיט איין ברודער, אליעזר, וואס ער איז ארויסגעפארן פיר יאר פאר מיר און ער האט געוואוינט אין אלאבאמא. ער איז געווען א פרומער איד, און דאס איז אויך צו פארדאנקן פאר ר' חיים זאנוויל.
דער שמועס האט זיך אויך באצויגען צו דאס לעבן אין "מאלדאווא", דער טייל פון די אמאליגע רומעניע וואס האט ביי די צווייטע וועלט מלחמה געטוישט הענט פון רוסלאנד און דייטשלאנד און צוריק. מיר וועלן צום ערשט פארשטעלן די פאקטן פונעם דארטיגן לעבן, און דערנאך וועלן מיר ציטירן די זכרונות איבער ריבניצער רבי'ן זי"ע, וואס מיר וועלן פרובירן נאכצוברענגען אינעם אויטענטישן שפראך פון דעם בעל מספר.
"ריבניצא" איז א קליינע שטאט וואס געפינט זיך ביים מזרח ברעג פונעם דניעסטער טייך, אינעם צפון טייל פון וואס ס'איז געווארן דער רעפובליק פון מאלדאווא; די אמאליגע בעסעראביע. צווישן די צוויי וועלט מלחמות איז עס געווען טייל פונעם סאוויעטן- פארבאנד.
די אידישע היסטאריע פון די היינטיגע מאלדאווא איז ליידער פול מיט טרויעריגע געשעענישן און פאגראמען, נאכגעפאלגט מיט די צווייטע וועלט מלחמה, סאוויעטישע אנטיסעמיטיזם א.א.וו. איבעראל זענען פארהאן געדענקמאלן פאר אידישע אומגעקומענע, צ.ב.ש. די אומגעקומענע אינעם קעשינוב פאגראם פון 903'.
קעשינוב איז געווען די אידישע הויפשטאט פון מאלדאווא. ביים ענדע פון די 1800 יארן זענען די אידן געווען האלב פון די 125,000 איינוואוינער אין קעשינוב, און איבער 10 פראצענט פון די גאנצע באפעלקערונג אין מאלדאווא.
רוב מאלדאווער אידן האבן געלעבט אין ארימקייט, טוענדיג שווערע ארבעט ווי פעדלער און שטעט, אדער אלס פארמער אין דערפער. ביי די רוסישע רעוואלוציע אין תרע"ז, ווען די סאוויעטן האבן איבערגענומען די טעריטאריע, איז דער מצב פארשארפט געווארן. דעמאלט האבן דארט געוואוינט א פערטל מיליאן אידן. צווישן די צוויי מלחמות האט רומעניע קאנטראלירט דעם ראיאן.
אין 940', איז בעסעראביע איבערגענומען געווארן דורך די רוסן, וועלכע האבן באלד אפגעשיקט טויזנטער אידן וואס זענען פארדעכטיגט געווארן אין אומגעטריישאפט צו די גולאגס (טורמע לאגערן).
איין יאר שפעטער האבן די דייטשן פארטריבן די רוסן און צוריקגעגעבן דעם ראיאן פאר רומעניע.
האלב פון די 320,000 אידן וואס האבן געוואוינט אין בעסעראביע, בוקאווינע און דאראהאי זענען ערמארדעט געווארן ביז עטליכע חדשים. אנדערע אידן זענען געשטעלט געווארן אין געטאס, פון וואו מען האט זיי אפגעשיקט צו די קאנצענטראציע לאגערן.
אין ריבניצא האבן געוואוינט ארום 3,600 אידן, זייענדיג א דריטל פון די אלגעמיינע באפעלקערונג. פאר די רומענער האבן צוריקגענומען די שטאט אין תש"א, זענען אסאך אידן אנטלאפן צום מזרח זייט, צוזאמען מיט די אנטלויפנדע רוסישע ארמיי. די פארבליבענע אידן צוזאמען מיט 1,500 אנדערע פון אנדערע ראיאנען זענען פארהאלטן געווארן אינעם ריבניצער געטא.
מיין מאמע'ס טאטע ר' מרדכי גובערמאן איז געווען א חשוב'ער איד, א איינוואוינער אין ריבניצא. ער איז געבוירן אין תרכ"ח, און איז אומגעקומען אין תש"א.
ער און מיין באבע דבורה, פון די זאסקין פאמיליע, האבן געהאט 5 קינדער. מיין
ר' חיים זאנוויל
אצינד וועלן מיר ציטירן פון דעם שמועס ווי דער בעל מספר דערציילט איבער דעם ריבניצער רבי'ן, וואס כאטש צומאל האט ער דערמאנט דעם הייליגן נאמען אן א "ר", האבן טרערן זיך באוויזן אין די אויגן ביים רעדן איבער דעם מלאך אלקים:
פאר די מלחמה האט ר' חיים זאנוויל געוואוינט אין רומעניע. ביי די מלחמה האט מען פארטריבן אלע אידן און ער איז אריבער דעם דניעסטער, אנקומענדיג קיין ריבניצא. כ'מיין אז ער איז געקומען פון בעלץ, א אידישע שטעטעלע אין רומעניע; ער איז געווען פון יענע געגענט.
אינעם זומער פון תש"א, ווען מען האט געשאפן די געטא אין ריבניצא, זענען דארט געווען 3,000 אידן, און צווישן זיי איז געווען ר' חיים זאנוויל; ער איז געווען א יונגער מענטש, אבער אלע האבן פון אים געוואוסט. איין זאך קען איך אייך זאגן, אפילו ווען מען האט אונז גע'הרג'עט און געפייניגט, האט מען אים נישט געטשעפּעט! זיי האבן מורא געהאט פון אים!
דעם ערשטן ווינטער, איז דער דניעסטער געווען פארפרוירן, און די רומענישע רשעים האבן אים אויסגעגראבן לעכער אינעם ים אז ער זאל זיך קענען טובל'ן (באדן)! די דאזיגע רשעים האבן געהאט ביקסן; זיי האבן גע'הרג'עט אידן, אפילו ר' חיים זאנוויל'ס ברודער האבן זיי גע'הרג'עט, אבער פאר אים האבן זיי געמאכט אזעלכע לעכער.
מיין טאטן האט מען גע'הרג'עט אין תש"א. מיין מאמע איז געבליבן מיט אונז צוויי קינדער; צוויי אנדערע זענען אוועק פריער אלס קליינע קינדער. נאך די מלחמה זענען מיר פארבליבן אין ריבניצא, אינעם הויז וואו מיר האבן געוואוינט אין געטא.
ר' חיים זאנוויל האט באקומען א קליינע דירה'לע אין שטאט. אין איין צימער האט ער געוואוינט, און די אנדערע דריי קליינטשיגע צימערן האט מען גענוצט פאר א שוהל.
אזא מענטש ווי ער איז נישט געווען! ער איז ביי אונז געווען "אלעס", ווי כביכול אליינס! ער איז געווען א שוחט; אויך איך בין אסאך מאל געגאנגען צו אים מיט הינער. ער האט געפליקט די הינער וואס ער האט גע'שחט'ן, צו פארזיכערן אז מען טוט עס אויפ'ן ריכטיגן וועג. איך פלעג אים צוהעלפן צוזאמען מיט זיינ'ס א פלומעניק, א יונגעלע אין מיין עלטער, מיט שיינע פיאות, וואס איז נעבעך שפעטער געבליבן ביי די קאמוניסטן.
די שיסערייען! יעדער טאג איז געווען א נס.
מאמע זלאטא איז געבוירן אין תרס"א, און איז נפטר געווארן אין תשנ"ח. צוויי פעטער'ס זענען אומגעקומען אין די מלחמה, און צוויי פעטער'ס האבן איבערגעלעבט; יעקב, וואס איז געשטארבן אין תשנ"ח, און אהרן וואס איז געשטארבן אין תשנ"ב.
איך בין געווען בלויז 6 יאר אלט ווען מיר זענען אריין אין געטא, אבער מיר זענען דארט געווען 3 און א האלב יאר און איך געדענק די טראמא; די שווערע ארבעט, הונגער און שרעק.
אין מערץ 44' האבן די רוסן באפרייט די געטא. די רומענישע טרופן האבן זיך צוריקגעצויגן נאכ'ן אונטערצינדן די טורמע וואס האט געהאט 400 ארעסטאנטן!
מיינע עלטערן האבן חתונה געהאט אין תרפ"ט. מיין ברודער איז געבוירן אין תר"צ, און איך בין געבוירן אין תרצ"ה.
מיין טאטן האט מען פריער אוועקגעפירט צו אן ארבעט-לאגער אינעם שטעטל באגדאנאוו אין אוקריינע, וואו מען האט אים אומגעבראכט פעברואר 2, 42'.
סך הכל זענען 13,000 אידן אומגעבראכט געווארן אינעם ריבניצער געטא.
מיין מאמע האט זיך אנגעשלאסן מיט מיין טאטנ'ס פאמיליע אין גערשאנאווקא, א קליין אידיש דערפל נעבן ריבניצא. אין תרצ"ח האבן מיר זיך אריינגעצויגן קיין ריבניצא.
אינעם ריבניצער געטא האבן מיר געוואוינט אין אן איין -צימער וואוינונג מיט עטליכע אנדערע פאמיליעס. מיין ברודער אליעזר, וואס איז געווען 11 יאר ווען מיר זענען אריין אין געטא, איז גענומען געווארן צו די ארבעט, אראפצונעמען אפצולאדענען די באן וואגאנען. מיין מאמע האט גערייניגט די גאסן. יעדן טאג האט מען געזוכט עסן אויף צו קענען איבערלעבן. מען האט זיך געפרייט צו טרעפן שאלעכץ אויף די גאס.
נאכ'ן באפרייאונג זענען מיר געבליבן אין ריבניצא. מיין ברודער און איך זענען געגאנגען אין שולע. מיין מאמע האט געארבעט אלס א טעכנישע געהילף אין אן אפטייק.
מיין ברודער איז געווארן א סטודענט מעכאניק, און אין תש"י האט ער זיך איינגעשלאסן אין די רוסישע ארמיי פאר די פארלאנגטע פיר יאר דינסט. ער האט געדינט אין א טאנק אפטיילונג.
נאכדעם וואס די דייטשן האבן געגעבן פאר די רומענער די גאנצע געגענט צווישן די דניעסטער און בוג טייכן, וואס האט איינגעשלאסן ריבניצא, אין יוני 41', האבן זיי פארטריבן מיין זיידע-באבע און זייער פאמיליע פון זייער הויז און זיי אריינגעשיקט אינעם ריבניצער געטא. דארט האט מען אפגעטיילט מיין זיידע-באבע און די 9 אנדערע מענער פון די פאמיליע, און מען האט זיי אומגעבראכט. די געטא איז באפרייט געווארן דורך די רוסישע ארמיי אין 44'.
פון צייט צו צייט האט מען געכאפט אידן וואס האבן געוואלט אנטלויפן פון געטא, און מען האט זיי ברוטאל אומגעבראכט. ווען מיין ברודער איז איינמאל געווען אינדרויסן האט ער געזען ווי מען האט געברענגט א גרופע אידן וואס מען האט געטראפן זיך באהאלטן נאכ'ן באפרייט ווערן אין תשי"ד, האט אליעזר געענדיגט קאלעדזש און ער האט חתונה געהאט מיט זיין פרוי, פון די ראטענבערג פאמיליע. ער האט זיך דעמאלט געצויגן פון ריבניצא קיין קעשינוב.
ליידער וועלן מיר קיינמאל נישט וויסן וואו זיי זענען באגראבן געווארן, אויב מען האט זיי באגראבן. אויף מיין מאמע'ס קבר צוויי יאר שפעטער האט מיין מאמע זיך אויך אוועקגעצויגן פון ריבניצא קיין קעשינוב.
מיין ברודער האט חתונה געהאט אין תשי"ד, מיט זיין פרוי פון די ראטענבערג פאמיליע, און זיי האבן געהאט דריי זין.
אין תש"נ, האט מיין ברודער און זיין פאמיליע עמיגרירט פון קעשינוב קיין אמעריקע, צו די שטאט בירמינגהעם אין אלאבאמא. ער האט זיך געפלאגט צו לערנען ענגליש, אבער זיין ערפארונג אין די אויטא אינדוסטריע האט אים געברענגט א גוטן דזשאב אלס א מעכאניק אין אן אויטא ריפעיר שאפ, וואו ער האט געארבעט כמעט 20 יאר. ער האט ענדליך געקענט פראקטיצירן אידישקייט. זיין פרוי איז געשטארבן אין תשע"ב, נאכ'ן זיך פלאגן עטליכע יאר ל"ע.
אליעזר האט דערלעבט צו שעפן נחת פון די אייניקלעך, און זיך באטייליגט ביי עטליכע חתונות פון אייניקלעך. ער איז געשטארבן אין חודש חשון תשפ"ד, אין עלטער פון 93 יאר.
איך האב חתונה געהאט אין תשי"ח, מיט מיין פרוי ע"ה, וואס איז געשטארבן עטליכע יאר צוריק. מיר האבן געהאט צוויי קינדער, א זון און א טאכטער. דער זון איז געבוירן אין 59', און די טאכטער אין 71'.
פון 55' ביז 58' האב איך געדינט אין די סאוויעטישע ארמיי.
אין די תש"כ יארן האבן מיר זיך געצויגן קיין קעשינוב, וואו כ'האב געארבעט אין א מענופעקטשערינג פלענט. מיר האבן געבויט אונזער אייגענע הויז מיט עטליכע חברים וועלכע האבן צוזאמען געבויעט עטליכע הייזער.
אין קעשינוב איז געווען א פונקציאנירענדע שוהל. ס'איז געקומען א רב פון ארץ ישראל; ער איז געקומען אין די תש"ל יארן, מיט ערלויבעניש פון דעם רעזשים. שפעטער זענען געקומען די ליובאוויטשער חסידים, אין שפיץ פון הרב זלמן אבעלסקי, וואס האט אסאך אויפגעטאן פאר אידישקייט.
מיין זון הערש האט חתונה געהאט אין אדעסא, אין תשמ"ב, און מיין טאכטער האט חתונה געהאט מיט איר מאן אהרן שערמאן, אין ניו יארק, אין תש"נ. ביידע וואוינען היינט פאליציי, צי עס געפעלט זיי נישט.
ווען גארבאטשאוו איז געקומען צו די מאכט, אין די תש"מ יארן, האט דער סאוויעטן- פארבאנד אנגעהויבן זיך אויפלייזן און די גרעניצן האבן זיך אביסל געעפענט. ווי געזאגט, איז מיין ברודער ארויסגעפארן קיין אלאבאמא, און פון דארט האט ער געהאלפן ארויסברענגען מיין פאמיליע.
דעצעמבער 3 03', בין איך אנגעקומען קיין אמעריקע. דעם אנדערן טאג בין איך שוין געווען אין די "יאנג איזראעל" שוהל אויף אושען פארקוועי. שפעטער האב איך דארט געארבעט; איך בין געווען דער משמש און הענדימאן, און איך האב אויך צוגעגרייט דעם "קידוש" יעדן שבת.
איך האב זיך קיינמאל נישט גוט אויסגעלערנט ענגליש, אבער אלע האבן דא גערעדט אידיש; אין אונזער שוהל זענען געווען פוילישע און ליטווישע אידן. ס'איז נאך געבליבן צוויי אידן פון דעמאלט; היינט איז עס נאר יונגע מענטשן, און אנדערש ווי אמאל, ווען ס'איז געווען א גרויסער עולם, איז היינט קוים דא א מנין.
ווי געזאגט, דעם ערשטן טאג נאכ'ן אנקומען קיין ניו יארק, אין תשנ"ג, בין איך געגאנגען אין די "יאנג איזראעל" שוהל אין פלעטבוש. כ'האב זיך דארט נאכגעפרעגט איבער ר' חיים זאנוויל, און כ'האב געהערט אז ער וואוינט אין מאנסי, און ער איז נעבעך פארשלאפט ל"ע. כ'האב עטליכע מאל זיך צונויפגערעדט מיט א מתפלל אין שוהל, וועלכער האט געהאט אן אויטא, אז מיר וועלן צוזאמען ארויספארן קיין מאנסי, אבער עס איז נאכאנאנד אפגעלייגט געווארן. דערנאך איז ר' חיים זאנוויל נפטר געווארן, און איך בין געפארן צו די לוי' און געווען אויף זיין קבר.
עס זענען אלעמאל געקומען אידן צו בעטן ער זאל פאר זיי דאווענען, און ער האט געמאכט גרויסע "מופתים"; אבער עס זענען אויך געקומען מענטשן, גרויסע פאמיליעס און קליינע, צו בעטן ער זאל זיי העלפן מיט געלט, חתונה צו מאכן קינדער. וויפיל מאל בין איך געווען ביי אים אין שטוב ווען מענטשן זענען אריינגעקומען און געפרעגט, "חיים זאנוויל, קענסט מיר העלפן?", באלד האט ער געענטפערט, "יא", ער האט געגעבן וואס ער האט געהאט און ער האט צונויפגענומען ביי אידן; ער איז ארומגעגאנגען די שטיבער און גענומען ביי אידן.
איך קען איין זאגן אזויפיל: איך בין איבער די 90, כ'האב געקענט אסאך מענטשן דורכאויס מיין לעבן; אזא מענטש ווי ר' חיים זאנוויל איז נישט געווען! איך האב אזא זאך נישט געזען! ער האט געלעבט ווי א מלאך און קיינער האט אויף אים נישט געהאט א שליטה! א דאנק אים זענען אסאך רוסישע אידן געבליבן ביי אידישקייט, און איך צווישן זיי!
נאך די חתונה האב איך געוואוינט אין ריבניצא, און דערנאך האב איך זיך געצויגן קיין קעשינוב - פון וואו איך בין ארויסגעקומען קיין אמעריקע.
ר' חיים זאנוויל איז נאך פריער אוועקגעפארן. פון ריבניצא איז ער געפארן קיין טשערנאוויץ אין אוקריינע, און פון דארט קיין ארץ ישראל. פון ארץ ישראל איז ער געקומען זיך באזעצן אין אמעריקע.
זכותו יגן עלינו