די הייליגע תלמידי הבעל שם טוב זי"ע האבן מגלה געווען כח פון סיפורי צדיקים, אז ווען מען רעדט פון וואונדערליכע זאכן וואס זענען געשען דורך ברכות און הבטחות פן צדיקי אמת ווערט נתעורר נאכאמאל די זעלבע ברכה. מיט דעם האבן צדיקים געטייטשט דעם פסוק: "זכר עשה לנפלאותיו", אז דורך "זכר" - דערמאנען און דערציילן די מעשיות וואס צדיקים האבן גע'פועל'ט, "עשה לנפלאותיו" - איז מען זוכה אז עס זאל נאכאמאל געשען נסים ונפלאות פאר די וועלכע געפינען זיך אין אן ענליכן מצב.
דער הייליגער רבי זצוק"ל איז געווען באוואוסט בחייו מיט זיין געוואלדיגן כח אלס פועל ישועות, אין די קומענדיגע שורות וועלן מיר איבערגעבן דאס ווארט פאר הרב החסיד הישיש רבי ישעי' שווארץ שליט"א, וועלכער וועט דערציילן א צאל מעשיות וואס ער האט אליין מיטגעהאלטן.
א מנין דריי אזייגער פארטאגס
עס איז געווען א היימישער יונגערמאן וועלכער איז געווען אן אינשורענס אגענט. יענע צייט איז געווען א פראגראם וואס פלעגט צושטעלן מעטשינג געלטער פאר נאן-פראפיט ארגאניזאציעס. ד.ה., פאר יעדע טויזנט דאלער וואס אן ארגאניזאציע האט באקומען אלס נדבה, האט דער פראגראם צוגעלייגט נאך טויזנט דאלער. דער יונגערמאן האט איינגעגעבן אז ער האט באקומען א נדבה לטובת דער ישיבה פון זיין רבי'ן, און אזוי ארויסבאקומען עטליכע טויזנט דאלער פאר דער ישיבה.
א צייט שפעטער איז די מעשה אויפגעדעקט געווארן, מען האט אים געשטעלט פאר'ן געריכט מיט שווערע קלאגעס אזש עס האט אים געדראעט ביז פינף און צוואנציג יאר תפיסה. דער קעיס איז געווען זייער שווער, דער פראקוראר האט זיך געהאט אויסגעדריקט אז ער וועט זען דעם יונגערמאן אין תפיסה פאר יעדן פרייז. דער משפט האט געזאלט פארקומען פרייטאג פאר פורים.
יענע וואך רופט מיר אן א ידיד מיינער מיט פחד און בהלה אז איך מוז פרובירן עפעס צו פועל'ן ביים ריבניצער רבי'ן; מען רעדט דאך פון א יונגערמאן א בעל משפחה, און ער האט דאך עס געטון לטובת א מוסד. זאג איך אים ער זאל תיכף קומען צו מיר, און איך וועל זען וואס מען קען טון.
עס איז שוין געווען איינס אזייגער ביינאכט ווען דער יונגערמאן איז אריין צום רבי'ן. איך האב אים גלייך מזכיר געווען און געזאגט אז ער האט א שטוב מיט קינדער און דארף א גרויסע ישועה. ער האט דאס געטון לטובת א ישיבה, און דער רבי זאל אים אנווינטשן. דער רבי איז געבליבן זיצן זייער פארטראכט, און אזוי איז אריבער א האלבע שעה אין שווייגעניש.
פלוצלינג האט זיך דער רבי אנגערופן אז מען זאל אריינברענגען לעקעך און בראנפן. עס זענען דארט געווען פינף מענטשן. איך, מיין ידיד, דער יונגערמאן, דער רבי זצ"ל, און דער הויז בחור א זון פון ר' מרדכי יוסף אונגאר. דער רבי האט געמאכט א ברכה און געוואונטשן לחיים, און דאן האט ער זיך אנגערופן אז ער וויל זיך וואשן צו א סעודה.
איך האב געגעבן א קוק אויפ'ן זייגער און געזען אז עס איז שוין צוויי אזייגער פארטאגס, אבער אז דער רבי האט געבעטן, האב איך שנעל צוגעגרייט א סעודה. דער רבי האט זיך תיכף געוואשן און מיר האבן זיך מיטגעוואשן. ווען עס איז געקומען צום בענטשן, האט זיך דער רבי אנגערופן כוס ישועות אשא, און מכבד געווען דעם יונגערמאן מיט ברכת המזון. דער רבי האט אבער פארלאנגט אז מען זאל בענטשן מיט מנין.
האב איך געזאגט פאר'ן רבי'ן: "מיר זענען דאך בלויז פינף מענטשן, וואו וועל איך יעצט טרעפן א מנין דריי אזייגער פארטאגס?"
דער רבי האט זיך אבער פאר'עקשנ'ט און געזאגט: "איך דארף א מנין".
בלית ברירה האב איך אויפגעוועקט די שכנים. זיי זענען אריבערגעקומען און זיך מיטגעוואשן, און אזוי איז דריי אזייגער פארטאגס געווען א מנין צום בענטשן. נאכן בענטשן האט דער רבי געגעבן פאר'ן יונגערמאן א מטבע און אים אנגעזאגט אז ביים משפט זאל ער האלטן די מטבע אין האנט.
יענעם פרייטאג נאכמיטאג בין איך אהיימגעקומען פון דער ארבעט און געזען ווי דער רבי זיצט אויפ'ן באלקאן זייער פארטראכט. איך האב געפרעגט דעם רבי'ן וואס עס גייט פאר, האט ער זיך אנגערופן: "פארוואס הער איך גארנישט פונ'ם יונגערמאן? איך ווייס אז אלעס איז דורך בשלום, עס איז געווען א שווערער געריכט, דער פראקוראר האט מיך געוואלט אוועקלייגן, און איך האב מיך ממש געדארפט שלאגן מיט אים ביז איך בין אים בייגעקומען. איז פארוואס הער איך גארנישט פונ'ם יונגערמאן?"
איך האב אין איילעניש אנגערופן דעם יונגערמאן. ווי נאר ער האט אויפגעהויבן דעם טעלעפאן האט ער מיר אנגעהויבן דערציילן מיט התרגשות: "ר' ישעי', איר וועט נישט גלייבן וואספארא נס איך האב געהאט! איך בין ארויס מיט נסי נסים. דער פראקוראר האט בתוקף געפאדערט פינף און צוואנציג יאר תפיסה, און דער שופט האט עס אראפגעלאזט צו בלויז פינף יאר פראבעישאן."
עס וועט גארנישט זיין
דער פראקוראר, זעענדיג ווי דער גאנצער קעיס רינט אים ארויס פון די הענט, האט זיך אנגערופן צום שופט אז דער פסק איז נישט אויסגעהאלטן לויט די גיידליינס. דער שופט האט אים אבער שארף געווארנט אז אויב ער הערט נישט אויף, וועט ער אים באשטראפן אז ער זאל נישט טארן אריינקומען אין געריכט פאר דרייסיג טעג.
איך בין תיכף צוריקגעלאפן און דערציילט דעם רבי'ן וואס עס האט פאסירט. דער רבי האט זיך אנגערופן מיט התרגשות: "איך האב אייך געזאגט, איך האב אייך געזאגט."
ווען איך האב שפעטער געפרעגט דעם יונגערמאן פארוואס ער האט נישט תיכף אנגערופן מודיע צו זיין פאר'ן רבי'ן, האט ער זיך פארענטפערט אז ער האט געטראכט עס איז שוין שפעט פרייטאג נאכמיטאג, און ער וועט ענדערש קומען מוצאי שבת. אבער דער רבי האט שוין מער גארנישט געוואלט הערן פון אים און זיך אנגערופן: איך בין שוין נישט נייגעריג אויף אים.
דער רבי האט מקפיד געווען אז דער יונגערמאן האט נישט אליין פארשטאנען אז פונקט ווי מען קומט צום צדיק וויינען און פארפירן בעת צרה, דארף מען תיכף קומען מבשר זיין ווען די ישועה קומט. אסאך צדיקים האבן געהאט קפידות אז ווען עס דרוקט קומט מען בעטן און וויינען, אבער ווען מען ווערט געהאלפן פארגעסט מען פונ'ם עיקר.
מענטשן זאגן מיר כסדר אז איך האב געהאט די זכיה אבער נישט די שכל; איך האב טאקע זוכה געווען צו זיין נאנט צום רבי'ן, אבער איך האב קיינמאל נישט געוואלט דרוקן דעם רבי'ן אז ער מוז מיר געבן א ישועה. איין מעשה קען איך אבער יא דערציילן וואס האט פאסירט מיט מיר פערזענליך. דאס איז נאך געווען איידער דער רבי איז איינגעשטאנען ביי מיר אין סיגעיט.
איך האב פארמאגט א פאבריק אויפ'ן זעקסטן שטאק פון א געביידע אין וויליאמסבורג. איינמאל אסרו חג סוכות האט זייער שטארק גערעגנט, און א שטיקל פונ'ם דאך צוזאמען מיט עטליכע שורות ציגל זענען אראפגעפאלן פונ'ם זעקסטן שטאק צו דער ערד. די ציגל זענען אראפגעפאלן מיט אזא געוואלדיגן אימפעט, אז אן אויטא וואס איז געשטאנען פארנט פון דער געביידע איז צעדריקט געווארן ווי א שטיקל קוכן.
איך בין ברוך השם ניצול געווארן מיט נסים ווען בלויז סעקונדעס פריער בין איך דארט געשטאנען, אבער ליידער איז א פארבייגייער אויף דער גאס אומגעקומען. זיין משפחה האט מיך געקלאגט אין געריכט פאר צוויי מיליאן דאלער. יענע יארן איז נאך נישט געווען איינגעפירט אז מען זאל האבן אזעלכע גרויסע אינשורענס פאליסיס, איך האב געהאט אינשורענס אויף בלויז הונדערט טויזנט דאלער. איך בין געווען אין א שרעקליכער פארלעגנהייט, ווייל אויב איך וואלט פארלוירן מיט א קלאגע פון צוויי מיליאן דאלער. נעם אויף א פריוואטן לויער ווייל דו ביסט אויף צרות."
איך האב אבער ביי מיר געוואוסט אז דער רבי האט געזאגט אז עס וועט צום סוף גארנישט זיין. האב איך באשלאסן אז איך נעם נישט קיין פריוואטן לויער. אז דער רבי האט געזאגט אז גארנישט וועט געשען, איז דאך א שאד די געלט.
וכך הוה. די לויערס פון דער אינשורענס פירמע זענען געוואויר געווארן אז דער אומגעקומענער האט זיך געפונען אין לאנד אומלעגאל, און זיי האבן זיך אויסגעגליכן מיט זיין משפחה אינדרויסן פון געריכט פאר בלויז זיבעציג טויזנט דאלער און איך האב גארנישט געדארפט צאלן.
דער כח פון רבי'ן איז קאי וקיימא אויך היינט צוטאגס, גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהם, איז אודאי אז יעדער קען זיך ביים יארצייט אויסבעטן אלע רפואות וישועות וכל טוב סלה.