וועד הפועל שיע"י תלמוד תורה ריבניץ, שיטייט שוין גרייט צום איין-און- דרייסיגסטע יומא דהילולא פון כ"ק אדמו"ר מריבניץ זצ"ל
אין דער זעלבער צייט וואס מען האלט אינמיטן דעם הויכפונקט פון די הייליגע תשרי טעג, ווען כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם זענען עוסק בתשובה ומעשים טובים און אין דער הכנה דרבה צו די ימי הסוכות הבעל"ט, גרייט מען זיך שוין אין די מוסדות ריבניץ צום טאג וואס וועט נאכפאלגן די הייליגע און געהויבענע יום-טוב מאמענטן - דער טאג פון אסרו חג.
אין דעם הייליגן טאג, אויף וועלכן צדיקים האבן געזאגט אז דעמאלט בינדט מען צוזאם דעם גאנצן יום טוב און מען נעמט מיט די השפעות אויף דעם גאנצן יאר, וועלן אלפים ורבבות אידן קומען צו משתטח צו זיין על ציונו הקדוש פונעם הייליגן ריבניצער צדיק זי"ע, וועמענס יארצייט געפאלט אויס כ"ד תשרי הבעל"ט.
פון מצוות וואס מען איז מקיים דורכאויס חודש תשרי, און די אומצאליגע תפילות וואס זקנים עם נערים, בחורים וגם בתולות זענען שופך שיח געווען לפני אבינו שבשמים, ווערן צוזאמענגעבונדן און אוועקגעלייגט אויף דעם קומענדיגן יאר, וועלן צענדליגער טויזנטער אידן איבער דער גאנצער וועלט מעלה זיין דעם זכרון הטהור והקדוש פונעם צדיק ופועל ישועות, וועמענס נאמען אליין וועקט אויף פארן זיך א געפיל פון יראה, קדושה און אמונה אינעם הארץ פון יעדן איד, באשר הוא שם.
נאכגעזאגט "מען האט שוין דעם גאנצן בינטל".
הרה"ח ר' משה לייב רוטנער שליט"א פארציילט אז דער רבי האט אמאל געזאגט אז אסרו חג סוכות איז נישט בלויז א נעילה פון דעם יום טוב סוכות, נאר איז אויך כולל אלע ימים טובים פון דעם ירח האיתנים, דאס הייסט ראש השנה, יום כיפור, סוכות און שמיני עצרת. א דבר נפלא איז אז אין דעם גרויסן טאג איז דער הייליגער רבי נסתלק געווארן לעולמי עד.
עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער רבי זי"ע פלעגט צו נאכזאכן בשם זיין גרויסן רבי'ן הרה"ק מרן רבי אברהם מתתיהו משטעפינעשט זצוק"ל, אז "אסרו חג איז דער גרעסטער טאג ווייל דאן האט מען שוין דעם גאנצן בינטל!". פשט פון די ווערטער איז אז כאטש וואס די ימי החג זענען אוודאי אזוי גרויס אז מיר קענען נישט משיג זיין זייער גדלות, איז אבער דאך נאך נישט דא קיין שלימות ביז מען האט נישט געענדיגט דעם גאנצן יום טוב. אבער ווען דער גאנצער יום טוב איז שוין פאריבער, איז דא א שלימות וואס איז נישט מעגליך געווען צו האבן ביז יעצט, נעמליך מען האט שוין אלעס ביי זיך; און ווי דער רבי האט
אידן וועלן קומען צום ציון הקדוש מיט זייערע פעקלעך, מיט זייערע געבעטן און מיט זייערע האפענונגען; איינער מיט א תפילה אויף געזונט, איינער מיט א בקשה אויף נחת פון די קינדער, א צווייטער אויף פרנסה בריווח, און נאך איינער מיט א שטילן הארץ-ווייטאג וואס בלויז דער רבונו של עולם ווייסט. אלע וועלן זיך פאראייניגן אין תפילה, בעטנדיג אז דער זכות פונעם הייליגן צדיק זאל מגין זיין און אויס'פועל'ן ישועות ורפואות פאר כלל ישראל.
טיש, ווען דער רבי האט דערציילט פון די צדיקים הקודמים, דערמאנט זייער הייליגע עבודה און מעורר געווען דעם עולם צו גיין אין זייערע וועגן.
מיט א באזונדערן דביקות פלעגט דער רבי זינגען דעם הייליגן ניגון המקובל אויף די רירנדע ווערטער וואס מען זאגט אין די סליחות: "הזכירו לפניו, השמיעו לפניו, תורה ומעשים טובים של שוכני עפר." דער ניגון, געזונגען מיטן רבי'נס הייליגן ברען און געגועים, פלעגט דורכנעמען די הערצער פון אלע אנוועזנדע און ארויפברענגען א מורא'דיגע התעוררות.
מיט זיינע ליכטיגע און אפענע אויגן פלעגט דער רבי אמאל אויסרופן אינמיטן טיש: "דער רבי איז דא!" אויך ווען ער האט געבענטשט על הכוס נאך דער סעודת הילולא, פלעגט ער צומאל אנהייבן מיט די ווערטער: "ברשות מורה מורינו הרב". ער האט באשיינפערליך געזען זיין הייליגן רבי'ן און געבעטן פון אים רשות צו בענטשן.
אבער אין דער זעלבער צייט איז וואונדערליך צו זען ווי עס ווערט באשיינפערליך מקוים דער מאמר חכמינו זכרונם לברכה: "גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהם." מיט יעדן יאר וואס גייט אריבער, ווערט אלץ מער נתגלה דעם כח און השפעה פונעם הייליגן צדיק. אין אלע מקומות אויף דער וועלט, ביי אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, גייט זיין הייליג נאמען פאראויס, ושמעו הטוב הולך בכל המדינות.
אפילו אידן וועלכע האבן אים קיינמאל נישט געזען בחיים חיותו, אפילו פון קרייזן וועלכע דער נאמען פונעם צדיק איז בכלל נישט געווען מפורסם, אפילו פון עקן וועלט וואו דער נאמען "ריבניץ" איז קיינמאל נישט אנגעקומען, קומט מען צו פארן צום רבי'נס ציון און מען שפירט א דביקות אין זיין הייליגן דרך פון אמונה פשוטה, מסירות נפש און התקשרות צום בורא כל עולמים.
דאס איז געווען דער יסוד פון זיין גאנצן לעבן: צו ווייזן פאר יעדן איד אז עס איז דא א באשעפער און מנהיג אויף דער וועלט; אז קיין זאך פאסירט נישט פון זיך אליין; און אז א איד קען זיך שטענדיג פארלאזן אויפ'ן רבונו של עולם, מתפלל זיין צו אים און זיך דערנענטערן צו אים. מיט דעם כח האמונה האט דער הייליגער ריבניצער צדיק זי"ע מחזק געווען צעבראכענע הערצער, אויפגעראכטן נשמות און מקרב געווען לבן של ישראל לאביהם שבשמים.
דער טאג כ"ד תשרי, אסרו חג סוכות, איז פארוואנדלט געווארן אין א טאג פון תפילה, אמונה און ישועה. פון פרי פארטאגס ביז שפעט אין דער נאכט שטראמען טויזנטער אידן צום בית החיים אין מאנסי, וואו עס איז שם חלקת מחוקק ספון. דארט זענען זיי מתפלל צום רבונו של עולם בזכות דעם הייליגן צדיק, לייגן אראפ זייערע קוויטלעך און גיסן אויס דאס הארץ.
און ווירקליך, איבער די יארן זענען פארציילט געווארן אומצאליגע מעשיות פון ישועות, רפואות און חסדים וואס אידן האבן זוכה געווען צו זען נאכ'ן מתפלל זיין ביים ציון הקדוש. דעריבער ווערט דער שטראם פון אידן פון יאר צו יאר גרעסער, און דער קשר צווישן כלל ישראל און דעם הייליגן צדיק ווערט אלץ טיפער און שטארקער.
ביים הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו זענען די ימי הילולא פון זיינע הייליגע רבי'ס און אבותיו הקדושים למעלה בקודש געווען גאר דערהויבענע און הייליגע טעג. דער רבי האט אין די טעג מעלה געווען זכרונם הטהור, און זיך געפירט אנצוצינדן א גרויסע צאל לעכט לעילוי נשמותיהם הטהורות.
ביי די יארצייטן פון זיינע עלטערן, פון זיין גרויסן רבי'ן הרה"ק משטעפינעשט זצוק"ל, און פון די גרויסע צדיקים לבית רוזין זכר צדיקים לברכה, פלעגט דער רבי זיך אנטון דעם קאלפיק און פירן דעם שולחן הטהור אינאיינעם מיט די מקורבים און באי ביתו. א געוואלדיגע התעוררות פלעגט הערשן ביים
דער הייליגער תלמוד תורה ריבניץ וועלכע איז נתייסד געווארן אויפ'ן הייליגן מקום וואו דער רבי האט אפגעראכטן זיין הימלישע עבודה לעת זקנותו, איז דער פאסיגסטער זכרון נצחי פאר דעם הייליגן רבי'ן זצוק"ל. דער רבי האט בחיים חיותו זיך אוועקגעגעבן פאר כלל ישראל און גע'פועל'ט ישועות בקרב ישראל, אבער ער זעלבסט האט נישט זוכה געווען צו קיין קינדער ל"ע.
גדולים צדיקים במיתתן; טויזנטער זענען זיך משתטח אויפ'ן ציון הקדוש פונעם הייליגן ריבניצער זי"ע צו אויסבעטן פאר זיך געזונט, פרנסה און נחת, ישועות ברוחניות ובגשמיות, אבער דער הייליגער צדיק זעלבסט האט זיך זיינע אייגענע קינדערלעך, און ער קוקט ארויס אז זיין מוסד זאל בליען און שטייגן און ארויסגעבן פירות נאים ומתוקים.
וועגן דעם זעט מען א ספעציעלע ווארימקייט ביים ציבור צו מחזק זיין דעם מוסד וואס איז אויפגעשטעלט געווארן לשמו ולזכרו, און אידן זען טאקע געוואלדיגע ישועות ביים זיך אונטערנעמען צו שטיצן דעם מקום תורה, וואס האט שוין ארויסגעגעבן און גיט ארויס יערליך תלמידים גדולים בתורה וטהרה, בחסידות ובמעשים טובים, מיט אמונת בה' ובמשה עבדו אויפ'ן וועג וואס דער רבי האט עוסק געווען כל ימיו.
פאר די אידן וועלכע האבן געהאט די זכיה צו קענען דעם הייליגן צדיק, זיך מסתופף זיין בצילו הקדוש און מיטהאלטן זיין געוואלדיגע עבודת הקודש, איז שווער צו באגרייפן אז שוין מער ווי דריי צענדליג יאר האבן מיר נישט די מעגליכקייט צו קוקן אויף יענעם הייליגן צורה, צו זען פון דער נאנט די אומבאגרייפליכע עבודת השם און מסירות נפש, צו הערן זיינע הייליגע ווערטער און צו באקומען ברכות מפה קדשו.
אין דעם קונטרס וועלן מיר ברענגען פאר די ליינער וואונדערליכע מעשיות און אינטערעסאנטע פאסירונגען ארום דעם הייליגן רבי'ן; מופתים און ישועות וואס ער האט גע'פועל'ט; זכרונות פון די אידן וועלכע האבן געהאט די זכיה זיך מסתופף צו זיין בצילו הקדוש; און די געוואלדיגע פעולות וואס ער האט אויפגעטון פאר אידישקייט אין די פארשידענע לענדער וואו ער האט געוואוינט און געדינט דעם אויבערשטן.
זאל דער אויבערשטער העלפן אז זיין זכות זאל העלפן אז מיר אלע זאלן געהאלפן ווערן בכל מילי דמיטב אין זכות פון דעם גרויסן צדיק, און ער וועט זיכער זיין א מליץ יושר פאר די וועלכע שטיצן זיין צוועק, צו מחזק זיין דעם מוסד הנקרא על שמו, להוושע בדבר ישועה ורחמים אמן נצח סלה ועד.