Skip to content
הזכירו ריבניץ - אידיש

משמים האט מען אונז מזכה געווען

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

ווען דער רבי האט נאך געהאלטן פאר תיקון חצות. די מקורבים האבן אנגעהויבן לייגן דרוק אויפן רבי'ן, אז ער זאל ערשט דאווענען שחרית, און הערשט דערנאך זאגן תיקון חצות.

למעשה האט דער רבי אזוי געטון, און ווי ווייט איך געדענק איז עס געווען די איינציגסטע מאל וואס דער רבי האט געטון אזא זאך, צו דאווענען שחרית איידערן אראפלייגן די געהויבענע עבודה פון תיקון חצות.

יענעם מאנטאג האט ער ממש געוויינט אויף וואס מ'האט אים אנגעמאכט נעכטן, און ער האט זיך געבעטן, אז היינט זאל מען אים אפלאזן, און לאזן צוגיין צו זיין עבודה אומגעשטערט. יענעם טאג האט ער געזאגט צוויי מאל תיקון חצות, אבער ביידע מאל מיט די זעלבע השתפכות הנפש; ביי אים איז נישט געווען אזא מציאות ווי 'מצות אנשים מלומדה'. יעדע מצוה און יעדע עבודה וואס ער האט געטון, איז געווען בתכלית השלימות, און אויב האט ער געזאגט צוויי מאל תיקון חצות, איז עס ביידע מאל געווען כאילו ס'איז געווען דאס ערשטע מאל.

מקוה

מ'ווייסט אז די מקוה איז געווען ביים רבי'ן א זעלטענער עבודה; אינדערהיים איז דאך אפגערעדט, ווען דער רבי האט געהאקט אייז, אבער אפילו דא אין אמעריקע, האט דער רבי עוסק געווען אין מקוה אויף אן אופן וואס איז למעלה מהשגת אנושי. וואס קען מען דערציילן דערוועגן?

רעדנדיג וועגן מקוה איז ווערד צו דערציילן א דערהויבענע עבודה וואס דער גרויסער בעל מסירת נפש און חבד'סקער חסיד, הרה"ג ר' מענדל פוטערפאס זי"ע, האט דערציילט ביי א געלעגנהייט, וואס ער האט אליין בייגעוואוינט ביים רבי'ן.

ר' מענדל האט גאר שטארק געליטן צוליב וואס ער האט מקרב געווען אידן צו אידישקייט, ער איז נעבעך אפגעזעסן אין סיביר אונטער גאר שווערע אומשטענדן, און ער פלעגט דערציילן אז נאך אין די יונגע יארן פלעגט ער פארן צו רבי חיים זאנוויל.

איינמאל ווען ער איז אנגעקומען אהין אינמיטן ווינטער. זאגט אים דער רבי: מענדל, ביסט גוט געקומען. מיר גייען אין וואסער.

אין די ערשטע תקופה האט ער געוואוינט אונטן פונעם בארג, כדי צו זיין נענטער צום 'דניעסטער' טייך, אבער איינמאל איז געווען א שווערע פארשוועמונג, וואס האט ממש חרוב געלייגט זיין הויז, דעמאלס האט ער זיך ארויפגעצויגן וואוינען אויבן אויפן בארג, וואס דאס האט געמיינט אז יעדעס מאל ער איז געגאנגען אין מקוה, האט ער געדארפט קלעטערן בארג אראפ און בארג ארויף, און ביים רבי'ן איז גיין אין וואסער געווען אן עבודה מערערע מאל א טאג.

יענע טעג האט שוין דער רבי געוואוינט אויבן אויפן בארג, און דער רבי איז געגאנגען מיט ר' מענדל צום טייך. אנקומענדיג אהין איז דער וואסער געווען פראסטיגע אייז, און דער רבי האט געמאכט א לעכל און געזאגט צו ר' מענדל: "נו מענדל, א טבילה".

ר' מענדל האט דערציילט ווי ער האט ממש אנגעהויבן ציטערן פון אריינגיין אין וואסער אין אזעלכע אומשטענדן. דער רבי האט געזען ווי רבי מענדל קווענקלט, האט אים דער רבי מחזק געווען, און געזאגט אז דער בעל שם הקדוש האט דאך צוגעזאגט אז 'איין טבילה קען נישט שאטן'.

ער האט זיך גאר שטארק געדארפט שטופן צו קענען אריינגיין אין וואסער, און ווי ער האט דערציילט, איז די פחד נישט געווען אומזיסט, ארויסקומענדיג פון וואסער האבן אים אלע גלידער געשווינדלט, און ער האט ממש געזען שטערנס.

ווי נאר ר' מענדל איז ארויסגעקומען איז דער רבי אריינגעגאנגען אין וואסער, און ר' מענדל האט מעיד געווען, אז דער רבי האט זיך גע'טובל'ט אין די משונה'דיגע פראסטן, ש"י טבילות.

ווען דער רבי איז ארויסגעקומען פון וואסער, איז נאך ר' מענדל געווען שוואך, און קוים געהאט כח צוריק ארויפצוגיין דעם בארג. ווי ער האט מעיד געווען, האט ער ממש נישט געקענט באגרייפן וויאזוי דער רבי איז געלאפן בארג ארויף אן קיין שום שוועריגקייטן, דאס האט געמוזט זיין העכערע כוחות פון הימל.

אבער די מעשה האט זיך נאכנישט געענדיגט. שוין אנקומענדיג אויבן אויפן בארג איז קעגנגעקומען אן אלטע רוסישע 'באבוטשקע', און ווי נאר דער רבי האט זיך באגעגנט מיט די אלטע רוסישע פרוי, האט זיך דער רבי אויסגעדרייט, און אנגעהויבן נאכאמאל אראפצוגיין דעם בארג, כדי זיך צו גיין טובל'ן פון פריש. דער רבי האט שוין געהאלטן נאכן ענדיגן די ערשטע ש"י טבילות, און יעצט האט זיך אנגעהויבן די צווייטע ש"י טבילות, אויף א פארנעם וואס די מח אנושי קען נישט משיג זיין.

במתי מספר

היינטיגע טעג איז דאך נישט משיג צו זיין וויפיל אידן עס קומען צוגיין צום רבי'ן, וואס איז פשט אז בחייו האט מען זיך געמוטשעט מיט מנין?

אינ'אמת'ן אריין האט עס וויי-געטון פארן רבי'ן, ווען אין פאקט האבן זיך דורכגעדרייט טויזנטער אידן אויך בחייו, אידן זענען געשטאנען שעות לאנג זיך צו מזכיר זיין, מ'איז געקומען פועל'ן ישועות יעדן איינציגסטן טאג, נאר, ווי נאר מ'האט זוכה געווען צו די ישועה, איז מען שוין נישט צוריקגעקומען מודיע זיין די גוטע בשורה, מ'האט שוין נישט געהאט די כוחות צו שטיין אין דער רייע פאר נאך לאנגע שעות, פשוט אויף צו קענען זאגן א יישר כח פארן רבי'ן.

די סקעדזשועל איז אויך געווען זייער שווער, און נישט יעדער האט דאס געקענט מיטהאלטן. מ'פלעגט זיך כסדר מוטשענען מיט מנין.

איך דערמאן זיך אן אינטערעסאנטע מעשה'לע, איין יאר שבת מברכים אלול, בין איך געפארן מיטן רבי'ן צו 'טאבאקס קאנטרי' אין העריס. ס'איז געווען א הערליכע שבת, מ'האט שוין געהאלטן סמוך לשקיעה, די זון האט שוין אנגעהויבן גיין נידריג, און מ'האט נאך געהאלטן פאר קריאת התורה פון אינדערפרי.

מ'האט זיך געוואלט שטעלן ליינען, אבער ס'איז נישט געווען קיין כהן, מ'האט געשריגן 'כהן כהן', און קיינער האט זיך נישט אויסגעדרייט. מ'האט שוין געוואלט אויסרופן איינעם 'במקום כהן', אבער דער רבי האט זיך אפגעשטעלט און געזאגט: "ס'איז דא א כהן, רוף דעם כהן".

ר' יצחק תהלים איז ארויסגעלאפן אויפן גאס זוכן א כהן. ער קומט אן בארג אראפ, טרעפט ער צוויי מענטשן זיצן, ער גריסט זיי 'א גוט שבת', און זיי ענטפערן אים צוריק 'א גוט שבת', וואס פון דעם האט ער געוואוסט אז זיי זענען אידישע קינדער.

ער פרעגט זיי: "איז איינער פון ענק א כהן?"

איינער פון זיי האט זיך אנגערופן אז ער איז א כהן, מ'האט אים אריינגעשלעפט אין ביהמ"ד, און ער האט עולה געווען כהן. והוא לפלא.

איר פארמאגט סיי וועלכע חפצים פונעם רבי'ן?

איך האב פארשידנס. איך האב א קאפל. איך האב א זאק פון תיקון חצות, איך האב די בעקישע וואס ער האט געריסן קריעה ביים סאטמארער רב'ס ציון.

האסט געהאט די זכיה צו לערנען מיטן רבי'ן אויך?

אודאי, אונז האבן זוכה געווען צו מסיים זיין כמה מסכתות אין ש"ס.

די וועלט זאגט, אז איר פארמאגט אסאך בילדער פונעם רבי'ן וואס איר אליין האט גענומען. וואס טוט זיך מיט די בילדער? ווען גייען זיי ארויסקומען לאור עולם?

אין די ריכטיגע צייט וועט עס ארויסקומען בס"ד.

ר' מרדכי, א גרויסן דאנק פאר אייער צייט, אויב אין איין שעה האט מען געקענט הערן אזויפיל, גלייבט זיך אז ווען מ'זיצט ווען דא אפאר טעג, וואלט מען געקענט ארויסגעבן ביכער, מ'דארף זיך נעמען דערצו, איר פארמאגט אן אוצר פון זכרונות, וואס נעמט אריין יארן יארן ביים רבי'ן, ס'איז נישט פשוט.

ס'איז דא א געוואלד. צום שלוס קען איך נישט אויסלאזן, אז מיין מאמע האט צובאקומען איבער פיר יאר לעבן בזכות דעם רבי'ן.

מיין מאמע ע"ה איז דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע, און דער דאקטער האט איר געגעבן העכסטנס זעקס חדשים צום לעבן.

זי איז אריינגעקומען צום רבי׳ן און געווייינט, דער רבי האט געזאגט ״וויינט נישט, וויינט נישט, עס וועט זיין גוט״, זי האט געלעבט נאך פיר און א האלב יאר.

איין שבת אינדעפרי האט זיך דער רבי שטארק צעוויינט, די רעביצין האט פרובירט צו בארוהיגן ס׳איז שבת, דער רבי רופט זיך אן; ״מלכה (מיין מאמע), מלכה איז אוועק, כ׳האב געקענט ביז יעצט, כ׳קען נישט מער״. 10 טאג שפעטער איז מיין מאמע ע״ה אוועק.

משמים האט מען אונז מזכה געווען

ביי איינער פון די גרויסע צענטראלע סעודות הילולא קדישא, האט מען געהאט די זכיה צו הערן הערליכע פערזענליכע איבערלעבענישן און ערשטהאנטיגע עובדות, דברי פי חכם חן, דורך הרה"ג ר' שלום פאלאק שליט"א, דומ"ץ סקווירא וואס האט זוכה געווען צו א קירבה יתירה ביים רבי'ן

א מתנה פאר אונזער דור

אז מ'שטעלט זיך אויף רעדן איבער דעם גרויסן בעל ההילולא, קען מען רעדן איבער די אויסטערלישע מופתים וואס זענען ממש לא יאומן כי יסופר. בחייו האט מיר דער אויבערשטער נאך מזכה געווען מיטצוהאלטן אסאך, אבער דאס אלעס איז בלויז אן אפס קצהו פון וואס עס שפילט זיך היינט אפ, אידן זעען ישועות ורפואות אויף אן אומבשרייבליכן פארנעם.

אויפן רבי'ן קען מען קלאר זאגן דעם "גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם". ביים לעבן האבן אויך טויזנטער אידן זוכה געווען צו התקרבות און צו מופתים אויף אן אויסטערלישן פארנעם, אבער דאס איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו וואס עס שפילט זיך אפ יעדן טאג ביים ציון הקדוש.

מ'הערט אידן דערציילן מעשיות וואס טוען ממש הייבן די ברעמען, ס'איז ממש בבחינת דאס וואס ס'שטייט אין פסוק "ישלח עזרך מקודש ומציון יסעדך" דאס איז א ספעציעלע מתנה פאר אונזער דור אין א צייט ווען ס'איז שוין נישטא אזויפיל לעבעדיגע צדיקים ווי אמאל. צוליב דעם האט דער אויבערשטער געגעבן א ספעציעלן כח ווען מ'איז זיך מזכיר ביי די הייליגע קברי צדיקים, און ווער רעדט נאך דא ביים ציון פונ'ם רבי'ן, וואס דאס איז עפעס אויסערגעווענליך, מ'זעט באשיינפערליך אז מ'האט אים געגעבן א ספעציעלן כח פון הימל צו קענען פועל'ן ישועות גדולות ונוראות.

עבודת השם ברציחה

באמת קען מען רעדן וועגן מופתים אן קיין אפשטעל, אבער וואס איז דער אויפטו פון דערציילן נאך מופתים און נאך מופתים? ס'וואלט געווען א פיל גרעסערער אויפטו צו קענען רעדן פון זיין אומבאשרייבליכן גדלות אין עבודת השם, כאטש דאס איז אויך נישט קיין חידוש ווייל אלע האבן שוין געהערט און געהערט, און יעדער ווייסט אז מ'רעדט פון א צדיק קדוש וטהור וואס האט מבטל געווען זיינע רמ"ח אברים ושס"ה גידים פאר'ן אויבערשטן מיט'ן שטערקסטן התבטלות. דאך וואלט איך געוואלט דערציילן פערזענליכע ענינים וואס דער אויבערשטער האט מיר געגעבן די זכיה צו קענען מיטהאלטן פון דער נאנט.

מ'זאגט נאך אז רבי אליעזר'ל דזשיקובער האט געזאגט אויף זיין מחותן דער הייליגער צאנזער רב, אז ער דינט דעם אייבערשטן מיט רציחה ממש - אויף דעם בעל הילולא קען מען אויך זייער קלאר זאגן אז ער האט געדינט דעם אייבערשטן מיט רציחה ממש און געריסן שטיקער פון זיך פאר'ן אויבערשטנ'ס וועגן.

סמיכה פון זיין גרויסן רבי'ן

ער האט זוכה געווען צו א קירבה יתירה ביי זיין גרויסן רבי'ן, דער הייליגער שטעפינעשטער זי"ע. דאס האט אים באגלייט אלע יארן, דער טיפער קשר וואס איז געווען צווישן זיי האט געמאכט אז ער זאל געדענקען זיין רבי'ן זיין גאנץ לעבן, ער פלעגט זיך אפט דערמאנען פון אים און רעדן פון אים.

מ'דערציילט אז דער שטעפינעשטער האט געהאט א פארמאכטע שטוב מיט א זעלטן טייערן אוצר וואו ער האט קיינעם נישט אריינגעלאזט. עס זענען דארט געלעגן טייערע רוזשינער ירושה חפצים, אבער דער הייליגער ריבניצער איז געווען דער איינציגער אויסנאם וואס האט יא געמעגט אריינגיין דארט.

בשעת די פטירה פון זיין רבי'ן איז ער געווען דארט, און ער איז ממש אויסגעגאנגען אויף זיינע הייליגע הענט. מ'קען זאגן אז מיט דעם האט ער אים געגעבן סמיכה, ער האט אים איבערגעגעבן די כוחות צו קענען ממשיך זיין און פירן ווייטער, כדי צו קענען פועלן ישועות ורפואות פאר כלל ישראל.

תיקון חצות אן קיין אפשטעל

ווען מ'רעדט פון זיין עבודה ווייסט מען אפילו נישט וואו אנצוהייבן רעדן, ער האט דאך אזויפיל עוסק געווען אין עבודת השם. יעדע מינוט אין טאג איז ער געווען מקושר צום אויבערשטן אויפ'ן העכסטן פארנעם, אבער ס'איז קלאר אז איינע פון זיינע זעלטענע עבודות איז געווען דאס טעגליכע זאגן תיקון חצות, וואו ער פלעגט מתאבל זיין מיט בכיות נוראות אויף גלות השכינה און דעם צער פון אידישע קינדער.

שעות אויף שעות איז ער געזעצן אן קיין אפשטעל, עס האט געקענט אנגיין פינף-זעקס שעה נאכאנאנד. א מוח אנושי קען נישט משיג זיין אזא עבודה, עס איז ממש העכער אונזערע השגות. מען רעדט דא פון עפעס וואס איז אנגעגאנגען יעדן טאג פון יאר ווען עס איז דער סדר צו זאגן תיקון חצות.

ווען מען האט אים געפרעגט זינט ווען ער האט אנגעהויבן זאגן תיקון חצות און צי עס האט אייביג אנגעהאלטן, האט ער געזאגט אז דאס האט ער שוין אנגעהויבן ביי זיין גרויסן רבי'ן פון שטעפינעשט, און פון דעמאלט אן האט זיך עס קיינמאל נישט אפגעשטעלט.

יעדע מצוה בשלימות

איך געדענק דאס ערשטע יאר וואס ער איז געווען דא על אדמת אמעריקע, האט מען געהאט די זכיה אז ער האט געבאקן מצות ערב פסח אין דער סקווירער מצה בעקעריי. איך האב דעמאלט זוכה געווען צו וועלגערן מצות פאר אים. ער האט ממש געפלאמט! היות ער האט זיך געפירט מיט די טשערנאבלער מנהגים, האט ער דארט געזאגט הלל מיט א ברכה בשם ומלכות; עס איז געווען מיט אזא התלהבות דקדושה וואס ליגט מיר נאך יעצט אין די ביינער.

דאס איז נישט נאר געווען ביים באקן מצות איינמאל א יאר, נאר יעדע עבודה זיינע איז צוגעגאנגען מיט א זעלטענעם שלימות. נאכ'ן פאסטן א גאנצן טאג, ווען מען האט אים שוין ענדליך געברענגט אביסל מאכלים, האט ער אנגעהויבן א לאנגע עבודה. ער האט גענומען דעם הייליגן ספר "שערי ציון" און אנגעהויבן זאגן די טעגליכע תפילות. דער ספר שערי ציון איז אייביג געלעגן אויף זיין טיש.

פאר אידנ'ס וועגן

כאטש וואס ער איז געווען א איד וואס האט בכלל נישט אריינגעפאסט אין אונזער דור, האט ער זיך אבער אראפגעלאזט צו אונז מיט א זעלטענעם אצילות און ענוות חן. אידן פלעגן שטיין אין די רייעס שעות לאנג כדי צו קענען אריינגיין פאר א ברכה, און ער האט יעדן אויפגענומען בסבר פנים יפות, געגעבן ברכות און געוואונטשן ישועות מיט'ן גאנצן הארץ פאר כלל ישראל.

ער פאר זיך האט גארנישט געהאט דערפון, ווען עס איז געקומען זיך צו שטעלן דאווענען האט ער שווערליך געהאט מנין. אודאי איז עס געקומען צוליב זיין העכערקייט, ווייל פאר מערסטנס מענטשן איז נישט געווען מעגליך נאכצוקומען זיין סדר היום, אבער דאס מציאות איז געווען אז דא אויף דער וועלט האט ער גארנישט צוריקבאקומען פון אזויפיל משפיע זיין פאר אידן.

עס איז געגאנגען אזוי ווייט, אז מען האט געמאכט א סדר אז די וואס דאווענען מיט אים האבן א זכות קדימה אריינצוגיין ערשט אל הקודש פנימה, כדי עס צו מאכן גרינגער און נישט דארפן זוכן א מנין יעדן טאג.

עס געדענקט נאך גוט וויאזוי עס איז מיר אליין אויסגעקומען צו דאווענען ביי אים. יענע יארן האב איך ליידער נאך נישט געהאט קיין קינדער, און איך האב געוואלט אריינגיין פועל'ן א ישועה.

שעות אויף שעות דקדוקי הלכה

איך געדענק ווי ביים דאווענען האט זיך איין טאג געמאכט א שאלה; עס איז געווען שפעט נאכמיטאג ו' חשון, דער טאג פאר די בני ארץ ישראל הייבן אן צו זאגן "ותן טל ומטר". ער האט נאך דעמאלטס געקלערט צוריקצופארן קיין ארץ ישראל, און דעריבער האט ער נישט געוויסט צי ער דארף זאגן "ותן טל ומטר" צי נישט.

דער סדר פלעגט זיין אז ער האט געדאוונט שחרית גאר שפעט, און גלייך נאך שחרית איז מען געגאנגען צו מנחה און דערנאך מעריב. דעריבער, יענעם נאכמיטאג האט ער זיך ממש געקאכט אין דער סוגיא. איך האב דעמאלטס געהאט די זכיה צו קענען צוקוקן זיין כח אין תורה, ער האט זיך נישט באנוגנט מיט קיין לייכטע פסקים, נאר ער האט געזוכט נאכצוגיין די נושא ביזן שורש.

ער האט מיר געבעטן דורכצולערנען מיט אים די נושא, און ער האט ממש דורכגעלערנט די גאנצע סוגיא מיט א געוואלדיגער גרינטליכקייט. עס האט גענומען שעות לאנג, און מען האט זיך געקענט לערנען פון אים א דרך הלימוד, יעדע שורה האט ער אפגעלערנט מיט א טיפער הבנה און ארויסגענומען די נקודה. אזוי ארום, נאך לאנגע שעות, איז ער צוגעקומען צו דער מסקנא אז ער ווייסט למעשה נישט וואס צו טון.

דארט אין די שכונה האט יענע יאר געוואוינט דער לינזער רב. ער האט אים געגעבן א פסק אז ווען עס קומט צו זאגן "ותן ברכה", זאל ער זאגן "ותן", טראכטן במחשבה "טל ומטר", און דערנאך זאגן "ברכה". אזוי האט ער טאקע געטון. מ'האט געקענט זען ווען ער האט געדאוונט פאר'ן עמוד, אז ווען ס'איז געקומען צווישן "ותן" און "ברכה", האט ער געווארט א מינוט כדי צו קענען אינזין האבן דעם "טל ומטר", פונקט ווי ער האט באקומען דעם פסק.

ס'איז אויך געווען א לימוד צו זען ווי אזוי ער איז נישט גלייך געלאפן פרעגן, נאר ער האט קודם געזוכט דורכצוטון די נושא ביז'ן סוף. אבער ווען ער איז אנגעקומען צו די מסקנא אז ער ווייסט נישט למעשה וואס צו טון, האט ער נישט מורא געהאט צו פרעגן.

עולם הבא וועסטו האבן!

איך האב אמאל געהערט א מורא'דיגע מעשה פונ'ם פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' אבא חייא טויבער שליט"א, וואס האט דערציילט בשם זיין ברודער להבחל"ח הרה"ג ר' עזריאל טויבער ז"ל, וואס האט ארויסגעהאלפן דעם רבין מיט זיינע פאפירן. ער האט אים דערציילט אז ער האט געהערט אז ווען דער רבי האט חתונה געהאט מיט זיין רביצין בזיווג שני, מיט וועמען ער האט געלעבט לאנגע יארן, האט זי זיך זייער מתמרמר געווען פאר איר טאטן. זי האט געשטאמט פון א רבני'שער משפחה, און זי האט זיך אויסגעוויינט פאר איר טאטן אז איר מאן איז א מלאך.

איר פאטער האט איר געזאגט אז ער גייט אים נאכקוקן. ער איז געגאנגען אין שול און זיך אויסבאהאלטן כדי דער איידעם זאל אים נישט באמערקן. ער האט צוגעזען וויאזוי זיין דאווענען קוקט אויס און וויאזוי זיין עבודה גייט צו. ווען ער איז אהיימגעקומען, האט ער געזאגט פאר זיין טאכטער: "עולם הזה וועסטו נישט האבן מיט אים, אבער עולם הבא וועסטו יא האבן." וויבאלד די צדיקת האט געוואלט האבן עולם הבא, איז זי געבליבן לעבן אזוי.

געכאפט א שטיין

א איד האט מיר פריער דערציילט אן אינטערעסאנטע זאך וואס ער האט היינט בייגעוואוינט, ווען ער איז ארויס פונעם ציון, האט ער געטראפן זיין אייניקל, און דאס אייניקל זאגט אים אז עס איז דא א מאמר פון רבי שלמה'קע זוועהילער זצ"ל, אז אויב מען גייט אוועק פונעם ציון און מען כאפט א שטיין, איז דאס א סימן אז מען איז געהאלפן געווארן. ווי נאר דאס אייניקל האט געענדיגט זאגן דעם מאמר, האט דער זיידע פונקט געכאפט א שטיין פון איינעם, מען זעט בבירור וויאזוי זאכן פאסירן דארט.

נאך איינער האט מיר דערציילט אז ער איז איין מאל געווען ביים ציון און געבעטן אז ער זאל האבן די מעגליכקייט צו קענען פארן ל"ג בעומר קיין מירון. ער האט קוים געהאט אויף די טעגליכע הוצאות און ער האט נישט געקענט אונטערנעמען נאך אזא גרויסע אויסגאבע. שטייענדיג דארט ביים ציון, קומט צו א איד און זאגט אים אז ער וויל זייער שטארק פארן קיין מירון, אבער עס קוקט נישט אויס ווי ער גייט עס קענען מאכן, דעריבער וויל ער אים נעמען פאר א שליח.

גע'פועל'ט ישועות דורכ'ן צעטל קטן

זיין עבודת התפלה איז נישט דוקא געווען ספעציעל שטאט, אבער די הכנות לתפלה, די תפלה פון ר' אלימלך, און פתח אליהו - דאס האט גענומען גאר לאנג. ער האט דערביי פארגאסן טייכן טרערן און געזאגט ווארט ביי ווארט מיט א געלאסנקייט.

אזוי אויך פלעגט ער יעדן טאג זאגן דעם "צעטל קטן". איך האב געהערט פון ר' יצחק וואלף הערמאן אז דער רבי פלעגט זאגן אז מיט דעם פועל'ט ער ישועות.

א פייערדיגע האנט

ווער עס האט זוכה געווען צו זען זיין הייליגע צורה, וועט פארשטיין ווען מען נוצט אזעלכע אויסדרוקן אז זיין פנים האט געלאכטן, עס האט באמת געלאכטן און יעדער איד האט עס געקענט זען. איינמאל ביים דאווענען איז מיר אויסגעקומען צו זען ווי ער טוט זיך אן די ר"ת תפילין, ווי נאר ער האט אויסגעשטרעקט זיין האנט אנצוטאן די תפילין, האט זיך ממש אנטפלעקט ווי א פייערדיגע האנט מיט א דורכזיכטיגקייט. ער איז געווען אזוי אויסגעלייטערט און האט געלאכטן ביז גאר. מען קען עס אנקוקן ווי א דמיון, אבער איך מיין אז עס איז ווייט נישט קיין דמיון, ער האט געהאט א הייליגע צורה.

פערציג יאר תעניתים

אלע ווייסן אז ער איז לאנגע יארן געווען שרוי בתענית. איינמאל זייענדיג דארט, איז מיר אויסגעקומען צו הערן וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביים צדיק א טאג פארדעם. האב איך געהערט אזוי: דער רבי איז דאך געווען א גרויסער מוהל, אינדערהיים האט ער גע'מל'עט קינדער מיט א מסירות נפש ממש, און דא אין אמעריקע האט ער ווייטער ממשיך געווען צו מל'ען ווען אימער מען האט אים גערופן.

עס איז אויסגעקומען אז מ'האט אים גערופן צו א ברית, און דארט ביים ברית איז אויך אנוועזנד געווען דער קלויזנבורגער רב זצ"ל. נאכן ברית האט מען זיך געזעצט צו דער סעודת ברית, און דער צדיק, ווי זיין שטייגער, האט נישט געגעסן, זייענדיג שרוי בתענית.

ווי נאר דער קלויזנבורגער רב האט געזען אז ער עסט נישט, האט ער אים אנגעהויבן ברענגען ראיות פון דער גאנצער תורה אז ביי א סעודת ברית דארף מען עסן. דער רבי האט זיך צוגעהערט און אנגעהויבן מסביר זיין פארוואס ער פאסט, וועלנדיג צו פארשטיין געבן פארוואס ער קען נישט עסן.

האט ער דערציילט אזוי: "אינדערהיים איז געווען א שווערע פרשה ווען מ'האט גענומען פופצן הונדערט אידן צו דער שחיטה הי"ד (איך ווייס נישט צי ער האט זיך באצויגן צו דער צווייטער וועלט מלחמה אדער צו אנדערע שווערע פאגראמען וואס די ארטיגע אידן האבן מיטגעמאכט). זעענדיג אז מ'פירט פופצן הונדערט אידן צו ווערן גע'הרג'עט רח"ל, האב איך זיך מקבל געווען צו פאסטן יעדן טאג."

דער רבי האט אויסגעפירט: "איך האב קיינמאל נישט געבראכן דעם תענית אויסער איין מאל, און איך האב חרטה געהאט פארוואס איך האב עס געטון." ווי נאר דער קלויזנבורגער רב האט געהערט דעם ביאור, האט ער געזאגט פארן רבין: "איך זאג שוין גארנישט."

דער רבי האט אהיימגענומען שירים פון דער סעודת ברית, און ער האט עס געגעסן שפעטער אין די נאכט שעות נאכ'ן אויספאסטן. דער רבי האט זיך אויסגעדריקט פאר ר' יצחק וואלף: "איך האב געוואוסט אז ער וועט מיך נישט לאזן פאסטן, אבער זעענדיג אז מיט'ן תענית פועל'ט מען ישועות פאר כלל ישראל, האט ער פארשטאנען."

מעביר סדרה שעות לאנג

פרייטאג צונאכטס איז יעדע וואך געווארן שפעט, ער פלעגט מעביר סדרה זיין לאנגע שעות. ביי אים איז נישט געווען אזא מין עסק צו טון א מצוה סתם אזוי, נאר ווען עס איז געקומען צו מעביר סדרה זיין, איז עס געווען מיט'ן גאנצן שלימות.

דאס האט גורם געווען אז זאכן זענען געווארן גאר פארשלעפט, די סעודה האט זיך ערשט אנגעהויבן זייער שפעט. די סעודה אליין איז געווען אן עבודה פאר זיך. א גאנצע וואך האט ער קוים געגעסן, אפילו ווען ער האט שוין אויסגעפאסט האט ער זיך באגנוגנט ממש מיט א קלייניגקייט. אבער ווען עס איז געקומען שבת איז דאס עסן געווען א שטארקע עבודה. ספעציעל געדענק איך ביי די פיש אז ער האט געגעסן גאר אסאך. ער איז געווען גאר גוט אויפגעלייגט ביי דער סעודה, גערעדט מיט יעדן, און דערציילט מעשיות. עס איז געווען גאר דערהויבן.

פיר שעה אויף די פיס

שבת אינדערפרי האט ער זיך געשטעלט זאגן תהילים כמנהג טשערנאבל. דאס איז אנגעגאנגען פאר לאנגע שעות. עס פלעגט נעמען פיר שעה, און ער איז די גאנצע צייט געשטאנען אויף איין פלאץ. אזוי איז ער געשטאנען און געזאגט קאפיטל נאך קאפיטל.

ווען מ'האט דערציילט פאר'ן תולדות אהרן רבי'ן זצ"ל איבער דער זעלטענער עבודה וואס מ'זעט ביים הייליגן ריבניצער, האט ער געזאגט: "זאגן תהלים פיר שעה נאכאנאנד, דאס וואלט איך נאך געקענט טון; אבער שטיין אזוי לאנג אויף די פיס און זיך נישט רירן פון ארט, דאס איז שוין אן עבודה וואס מיר קענען נישט פארשטיין."

אויב עס האט זיך געמאכט אז איינער האט אים געשטערט אינמיטן תהלים, האט ער צוריק געעפנט דעם תהלים צום אנהייב און אנגעהויבן נאכאמאל מיט'ן זעלבן התחדשות ווי דאס ערשטע מאל, עס איז ביי אים נישט געווען קיין שום אויסוועג.

אזוי איז ער אנגעגאנגען שעות לאנג. ער האט גארנישט געטרונקען פאר'ן דאווענען, און די סעודה האט ער ערשט געפראוועט שפעט נאכמיטאג, ער פלעגט מקפיד זיין צו מאכן קידוש פאר די שקיעה. ווי קען מען בכלל זוכן צו פארשטיין אזא צדיק וקדוש, וואס איז בכלל נישט געווען פון אונזער דור.

די ריכטיגע הכנה למצוה

איך האב זוכה געווען מיטצוהאלטן דאס צינדן חנוכה ליכט ביי אים. ער פלעגט צינדן שפעט ביינאכט נאך א לאנגע עבודה פון א גאנצן טאג. ווען ער האט שוין ענדליך געצונדן, האט זיך ערשט אנגעהויבן א פרישע עבודה; ער האט געזונגען "למנצח" און געגאסן טרערן אויף א פארנעם וואס מען פלעגט נישט זען סתם אזוי, ממש ווי מען זאל עפענען א סינק – דאס איז אן קיין שום גוזמא. מען האט געקענט זען די דביקות וואס ער האט געהאט צום אויבערשטן. עס בענקט זיך צוריק צו די ליכטיגע טעג ווען מיר האבן זוכה געווען צו האבן דעם רבי'ן דא צווישן אונז, טעג ווען מען האט געקענט מיטהאלטן פון דער נאנט וויאזוי זיין עבודה איז צוגעגאנגען מיט אזא דביקות און השתפכות הנפש.

זייענדיג דארט ביים צינדן חנוכה ליכט, האט ער גערעדט איבער דער וויכטיגקייט פון מאכן א הכנה. ער האט דערציילט אז ביים פריערדיגן בעלזער רב זי"ע איז אמאל געווען א מעשה אז א חסיד האט זיך אריינגעכאפט צו אים ערב סוכות און זיך אויסבאהאלטן. שפעטער ווען דער רב האט אים געזען האט ער זיך מסביר געווען אז ער האט געוואלט מאכן א הכנה צו יום טוב סוכות, דעריבער איז ער געקומען זען וויאזוי דער רב בינדט די הושענות.

האט אים דער בעלזער רב צוריקגעזאגט: "נישט דאס איז דער עיקר, די שטערקסטע הכנה וואס מען קען מאכן איז דורך לערנען די הלכות פון דער מצוה, דאס טוט דעם מענטשן ממש באהעפטן צו דער מצוה."

ישועות ביי די חנוכה ליכט

ווי שוין ערווענט פריער, האב איך יענע יארן נאך נישט געהאט זוכה געווען צו זרע של קיימא. זייענדיג דארט ביי חנוכה ליכט, האב איך געוואוסט אז עס איז א שעת הכושר, און ער האט מיך אנגעוואונטשן: "דו וועסט געהאלפן ווערן". עס איז אריבער א שטיק צייט און איך האב נאכנישט געזען די ישועה, בין איך געגאנגען נאכאמאל צו אים און אים געבעטן א פרישע ברכה. הערנדיג אז איך בעט א ברכה פאר עפעס אויף וואס איך האב שוין אמאל געבעטן א ברכה, האט ער זיך אנגערופן: "איך זאג קיינמאל נישט ארויס א ווארט לבטלה, אז איך האב דיר געזאגט - וועט עס מקוים ווערן, און איר דארפט גארנישט זיין באזארגט". בסייעתא דשמיא האב איך ב"ה טאקע זוכה געווען צו עטליכע קינדער בלע"ה.

די אושפיזין זענען דא!

א ידיד מיינער האט מיר דערציילט, אז איין יאר סוכות האט ער געווארט אנצוהייבן די סעודה. עס איז געווען א פלא, אלעס איז שוין געווען גרייט און עס איז מער נישט געווען אויף וואס צו ווארטן, אבער מען האט געזען אז ער קוקט ארויס אויף עפעס און ווארט אויף איינעם. מיט אמאל איז ער געווארן צעפייערט און אויסגעשריגן: "זיי זענען שוין דא!".

עס איז אינטערעסאנט צו מדייק זיין אז ער האט זיך אנגערופן "זיי זענען שוין דא", אן זיך אפילו מסביר זיין אז ער רעדט פון די אושפיזין. ער איז געווען אזוי אריינגעטון אין זיין הייליגע וועלט, אז מעגליך ער האט געמיינט אז יעדער זעט עס.

מ'האט געהערט פון אידן אין רוסלאנד אז שוין אין יענע יארן פלעגן זיך מאכן אזעלכע מעשיות. איינמאל סוכות האט ער זיך אנגערופן: "יעצט קומט דער סאטמארער רב אריין אין סוכה", און שפעטער האט ער מוסיף געווען און געזאגט: "יעצט גייט ער ארויס פון דער סוכה". איין יאר הושענה רבה האט ער געזאגט: "יעצט זאגט דער סאטמארער רב תורה". ס'איז ממש אוממעגליך אנצוהויבן צו פארשטיין אפילו אן אפס קצהו פון זיין גדלות.

מיר האבן געהאט א זכיה אז ער האט געלעבט נישט לאנג צוריק. איך דאנק השי"ת אז איך האב זוכה געווען נהנה צו זיין מזיו אורו און זיך דרייען דארט. עס שפירט זיך נישט אז איך האב יוצא געווען, איך וואלט געוואלט זיין דארט אסאך מער, אבער אפילו דאס ביסל וואס מ'האט געהאט די זכיה דארט צו זיין, האט איבערגעלאזט אזויפיל זכרונות און נאך פיל מער פון דעם. די מחזה הוד איז עפעס וואס מ'קען נישט אריינלייגן אין ווערטער; ס'איז אן איבערלעבעניש וואס איז געבליבן איינגעקריצט אין די ביינער. ווער ס'איז דארט געווען וועט פארשטיין וואס איך מיין צו זאגן.

ער איז שוין נישט קיין בעל תשובה

זיינע אפענע אויגן, וואס האבן געזען פון איין עק וועלט ביזן צווייטן, האבן אויך געקענט אריינקוקן אין אידישע הערצער צו זען וואס דארט טוט זיך אפ. ס'איז באקאנט אז ער פלעגט נישט געבן די האנט פאר איינעם וואס איז נישט געווען אין מקוה יענעם טאג. ממש פלא'דיג.

אמאל איז געקומען א איד וואס איז ליידער געווען פארקראכן, אבער ס'האט געהייסן אז ער איז שוין א בעל תשובה. דער רבי האט אים אבער נישט געוואלט געבן די האנט. מ'האט אנגעהויבן זאגן פארן רבי'ן אז ער האט שוין תשובה געטון, האט דער רבי זיך צוריקגעזאגט אז ער איז "חוזר לרשעתו", און ער האט אים אפילו נישט געוואלט געבן די האנט.

זכותו יגן עלינו

More in this printout

View the whole printout