Skip to content
הזכירו ריבניץ - אידיש

יום הקדוש ביים רבי׳ן פון א קינד׳ס בליק

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

זכרונות פון הרה"ח רבי בנימין ארי' סג"ל גליק שליט"א איבער דער הייליגער עבודה פונ'ם ריבניצער רבי'ן זי"ע ערב יום הקדוש תשל"ה, און א ברכה וואס איז מקוים געווארן יארן שפעטער

אין דעם קומענדיגן ארטיקל וועט אונז הרה"ח רבי בנימין ארי' סג"ל גליק שליט"א פון מאנסי אריינטראגן בצל הקודש אין די הייליגסטע מאמענטן פון יאר, יום הכיפורים.

ר' בנימין ארי' איז א א פלומעניק פון רבי'ן, ער האט זוכה געווען זיך מסתופף צו זיין בצלו הק' און אויך צו משמש צו זיין דעם רבי'ן.

רבי בנימין ארי' איז דער זון פון הרה"ג רבי אברהם צבי הלוי גליק ז"ל, וועלכער איז געווען א שוואגער מיט'ן רבי'ן זצוק"ל, און געדינט אלס משב"ק, יד ימינו ונאמן ביתו דורכאויס די לעצטע פופצן יאר עלי אדמות, פון שנת תשמ"א ביז צום יום ההסתלקות בשנת תשנ"ו. רבי אברהם הערש צוזאמען מיט זיין זון רבי בנימין ארי' שליט"א האבן זוכה געווען מסדר צו זיין דעם מקום מנוחת גופו הטהור, וואו דער ארון הקודש איז געקומען למנוחת עולמים.

דאס ערשטע באגעגעניש

דאס ערשטע מאל וואס איך האב זוכה געווען צו זען דעם רבי'נס הייליגע צורה איז געווען ערב יום הקדוש תשל"ה. מיין טאטע ז"ל פלעגט געווענליך פארן קיין וויליאמסבורג צום סאטמארער רבי'ן, דער דברי יואל זי"ע, און מיטנעמען די קינדער. יענעם יאר איז אויסגעקומען אז מיר זענען פארבליבן אין בארא פארק אויף יום הקדוש און געדאוונט אין ריבניץ. יענער יום כיפור וועט קיינמאל נישט ארויסגיין פון מיין זכרון. איך בין טאקע נאך געווען א קליין קינד, אבער די זכרונות זענען איינגעקריצט געווארן אין מיין יונגן מוח.

ערב יום הקדוש, נאך דער סעודה המפסקת, זענען מיר אנגעקומען צום רבי'נס דירה אויף דער פופצנטער עוועניו, דארט וואו עס געפינט זיך היינט די באקאנטע קארנ'ס בעקעריי, בבעלותו פון ידידי היקר דער גרויסער בעל צדקה וחסד הרה"ח רבי משה לייב שטערן שליט"א ושותפיו.

ביים אנקומען האבן מיר גענומען שלום פונ'ם רבי'ן. מיין טאטע האט אונז פארגעשטעלט און מזכיר געווען יעדנ'ס נאמען מיט דער מאמענ'ס נאמען. דער רבי האט במאור פניו ווארעם אנגעוואונטשן פאר יעדן באזונדער א גמר חתימה טובה.

עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן די ליכטיגע, הייליגע און פלאמעדיגע צורה. פון איין זייט האט דער רבי געווארפן אן ערנסטקייט וואס האט אפילו אין קליינע קינדער אריינגעברענגט דעם רוח הזמן. פון דער צווייטער זייט האבן זיינע הארציגע און ליבליכע אויגן ארויסגעשיינט א חן דקדושה און א פאטערליכע ליבשאפט צו יעדן איד, כקטן כגדול. א שטארקע אהבה און יראה האט מיר ארומגענומען, אזוי ווייט ווי א קינד'ס השגה האט געקענט דערגרייכן.

מלקות ערב יום הקדוש

דער רבי האט געדאוונט מנחה אינ'ם קליינעם בית המדרש'ל. נאכדעם האט ער זיך תיכף אראפגעלייגט אויף דער ערד און איבערגעגעבן א לעדערנעם פאסיק פאר'ן גבאי'ן ר' איציק וואלף הערמאן ז"ל, ער זאל אים געבן מלקות.

פארשטייט זיך אז דער גבאי האט אים בלויז לייכט געשלאגן, אבער דער רבי האט אים געוויזן מיט דער האנט אז ער זאל שמייסן מיט מער כח. ביי יעדן שמיץ האט דער רבי מיט הארציגע בכיות געזאגט איין ווארט פון והוא רחום יכפר עון. נאכדעם האט דער רבי געגעבן גאר מילדע מלקות פאר עטליכע אידן, זאגנדיג אז זיי האבן דאך נישט אזויפיל געזינדיגט.

דערנאך האט דער רבי אנגעגרייט די שעווה ליכט און זיי אנגעצינדן מיט א פלאמעדיגע צורה און גרויס דביקות. גלייך דערויף איז ער אין איילעניש געלאפן צו דער שינאווער מקוה מיטנעמענדיג זיינע ברילן, די בגדי קודש אויף יום הקדוש און זיין סידור עמדין.

די טבילות אין מקוה

מיין טאטע האט אונז מיטגענומען, אדער בעסער געזאגט, מיטגעלאפן צו דער מקוה, כדי מיר זאלן זען דעם רבי'נס עבודת הקודש. דער רבי האט זיך אויסגעטון בזריזות נפלאה און איז אריין אין בור הטבילה מיט דער ווייסער יארמולקע אויפ'ן קאפ און די ברילן אין דער האנט. ער האט זיך גע'טובל'ט צענדליגער מאל, טייל פון די טבילות בפישוט ידים ורגלים ממש. צווישן די טבילות האט ער געזאגט סקילה, שריפה, הרג און חנק, דערנאך די כ"ב אותיות און נאך פסוקים.

נאכדעם האט ער עטליכע מאל גע'טובל'ט די ברילן וואס ער האט געניצט צום דאווענען, און באזונדער דאס ווייסע קאפל. מיט דער זעלבער זריזות נפלאה האט ער זיך צוריק אנגעטון. עס איז כדאי אנצומערקן אז דער רבי האט זיך נישט אפגעווישט די מי המקוה, וואס זענען מי הדעת. כידוע איז דא אן ענין נישט אפצואווישן די הייליגע מקוה וואסער.

עס איז שוין דאן געווען דער זמן. נאכ'ן וואשן די הענט עטליכע מאל האט דער רבי איבערגעגעבן די ברילן, דעם סידור עמדין און דעם זעקל וועש פאר מיין יונגערן ברודער ר' ישעי' מאיר נ"י, ער זאל זיי טראגן לביתו נאוה קודש.

א הארציגע אויסגעוויינטע תפילה

אנקומענדיג אהיים האט דער רבי געגריסט די רביצין ע"ה א גוט יום טוב, מיט א שמייכל און א גוט געמיט. ער איז אריין אין שלאף צימער אויף א מינוט, און תיכף דערנאך אריין אין בית המדרש אנהייבן די עבודת הקודש פון ערב יום הקדוש לפנות ערב.

תפילת זכה, וידוי, כל נדרי און מעריב זענען געדאוונט געווארן מיט הארציגע בכיות און מיט'ן הערליכן נוסח התפילה. נאכ'ן דאווענען האט מען געזאגט די פיר קאפיטלעך תהלים. די עבודה האט געדויערט עטליכע שעה, מיט א געוואלדיגער יגיעה און בכיות נוראות. דער רבי האט זיך געפירט לויט'ן מנהג צו דאווענען איינגעבויגן דורכאויס די תפילות ימים נוראים. דאס אליין איז געווען א שווערע עבודה, דער רבי האט שטארק געשוויצט פון דער יגיעה, בפרט אז ביים עמוד האבן געברענט פילע שעווה ליכט.

די גאלדענע מידות אינמיטן דער עבודה

דורכאויס'ן דאווענען איז דער רבי געווען איינגעבויגן כמעט ביז דער ערד. איינער וואס איז געשטאנען הינטער'ן באלעמער האט אים כמעט נישט געקענט זען, ווייל דאס בית המדרש איז געווען קליין. יעדע פאר מינוט האט זיך דער רבי אבער אויפגעהויבן אויף א קורצער וויילע און זיך ווידער אראפגעבויגן. איך בין געווארן נייגעריג און געגאנגען פארנט פון באלעמער נענטער צום רבי'ן. דארט האב איך געזען וואס עס האט זיך אפגעשפילט.

אין א קליין צימערל ממש נעבן דעם רבי'נס עמוד איז געשטאנען די ערשטע רביצין, הרבנית שרה, און געדאוונט אליין. יעדעס מאל ווען דער רבי האט איבערגעמישט א בלאט אין זיין מחזור, האט ער זיך אויפגעהויבן און דורך דער שמאלער עפענונג פון דער טיר איבערגעמישט דעם בלאט אין איר מחזור. ער האט איר מיטן פינגער געוויזן גענוי די שורה וואס מען זאגט.

ווען מען האט איבערגעהיפט א פיוט, האט דער רבי זיך נאכאמאל אויפגעהויבן און מיט דער גרעסטער סבלנות געוויזן גענוי וואו מען גייט ממשיך זיין.

דאס איז געווען א מחזה נורא. דער הייליגער רבי איז געשטאנען און שופך שיח געווען מיט זיינע הויכע תפילות וואס האבן געשאקלט די וועלט. די עבודה האט גענומען לאנגע שעות און געקאסט א געוואלדיגע יגיעה און כוונה. דאך האט ער אינמיטן דער גרויסער עבודה זיך כסדר אפגעשטעלט צו מכבד זיין די רביצין און מיט דער גרעסטער סבלנות איר געויזן וואו מען האלט.

דארט האט מען געזען הייליגע, ריינע און גאלדענע מידות, מיט אן אויסטערלישער ריינקייט און ותרנות במסירת נפש.

ווען דער רבי האט געענדיגט זיין עבודת הקודש, איז ער ממש אוועקגעפאלן אנמאכט, מען האט אים אראפגעזעצט אויף א בענקל און דערנאך ארויסגעפירט אויפ'ן קליינעם דעכל צו שעפן פרישע לופט. דער רבי האט אנגעהויבן זינגען אדון עולם מיט הארציגע בכיות, און דער גאנצער עולם האט מיטגעזונגען.

דיר וועל איך בענטשן ביי דיין בר מצוה

נאך אדון עולם האט מיין טאטע ז"ל אונז אויסגעשטעלט אין א רייע לויט'ן עלטער. דער ערשטער איז געווען אחי הגדול ר' ישראל יעקב שליט"א, היינט פון די חשובע תושבים אין עיר הבירה לאנדאן. דער צווייטער בין איך געווען, און נאך מיר מיינע אינגערע ברידער ר' ישעי' מאיר און ר' שמואל נ"י. מיין טאטע האט געבעטן דעם רבי'ן ער זאל אונז בענטשן. דער רבי האט ארויפגעלייגט זיינע הייליגע הענט אויפן קאפ פון מיין עלטערן ברודער ר' ישראל יעקב, געזאגט יברכך און אים אנגעוואונטשן ווארעמע ברכות אויף אידיש.

ווען עס איז געקומען מיין רייע, האט דער רבי נישט ארויפגעלייגט די הענט אויף מיין קאפ. ער האט מיר געזאגט: דיר וועל איך בעזר השם בענטשן ביי דיין בר מצוה, און זיך אוועקגעדרייט. אויך מיינע אינגערע ברידער האט ער נישט דעמאלט געבענטשט, ווייל ער וועט זיי בענטשן ביי זייער בר מצוה.

דער רבי האט נאך דעמאלט נישט געהאט קיין שום משפחה קירבה מיט אונז. ער איז ערשט געווארן אונזער פעטער חודש שבט תש"מ.

מיין עלטערער ברודער איז בר מצוה געווארן סיון תש"מ, אבער דער רבי איז נישט געווען ביי זיין בר מצוה. זאת חנוכה תשמ"א איז דער רבי געקומען צו אונז אין שטוב און פארברענגט דארט עטליכע שעה, כדי פערזענליך אפצוגעבן מזל טוב פאר מיין ברודער און מיינע עלטערן. מיין מאמע תחי' האט צוגעגרייט א סעודה ווי עס פאסט פאר אזא צדיק וקדוש עליון, און עס איז פארגעקומען א פרייליכער לחיים.

די ברכה ווערט מקוים

מיין בר מצוה איז פארגעקומען אין סיון תשמ"א. איך האב זוכה געווען אז דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי דער סעודת בר מצוה און מפאר געווען בראש המסיבה פאר א שיינע וויילע. הגאון הגדול רבי שמעלקא טויבנפעלד זצוק"ל איז געזעצן אויבנאן, אינאיינעם מיט נאך עטליכע חשובע רבנים. צווישן זיי זענען געווען מיינע זיידעס, הרה"ג רבי חנוך שלום סג"ל גליק ז"ל און הרה"ח רבי חיים סענדר ניימאן ז"ל, דעם רבי'נס שווער.

ווען איך האב געגעבן די האנט אפצונעמען ברכת מזל טוב, האט מיר דער רבי געזאגט: איך בין געקומען דיר ווינטשן מזל טוב און דיר בענטשן ביי דער בר מצוה. דער רבי האט מיר דעמאלט געבענטשט בידיו הקדושים, גענוי ווי ער האט מיר צוגעזאגט אלס קינד ליל יום הקדוש. אויך צו די בר מצוות פון מיינע צוויי יונגערע ברידער איז דער רבי געקומען דעם טאג און זיי געבענטשט.

מדבריו לא ישוב ריקם. יעדעס ווארט פונ'ם צדיק אמת איז מקוים געווארן במלואו.

ווערט געזען רבי בנימין ארי' אלס קינד אין לאס אנדזשעלעס אום פורים תשמ"א - אזוי אויך זיין טאטע ר' אברהם הערש ז"ל

More in this printout

View the whole printout