אינטערעסאנטע אויסצוגען בענין קדושת עבודת האכילה
עבודת האכילה
"אהרן, וואס האסטו אריינגעלייגט?" האב איך געזאגט אז כ'האב אריינגעלייגט אן איי. ווי נאר ער האט דאס געהערט האט ער מיר געזאגט בזה הלשון: "דו זאלסט דאס מער נישט טון, איך עס נישט קיין דבר היוצא מן החי דורכאויס די ימות החול".
הרה"ח רבי אהרן קרויס שליט"א פון ירושלים ביי איינער פון די יארצייט סעודות שילדערט: כאטש וואס דער רבי האט שוין געהאלטן נאך אזויפיל שעות פון עבודה האט ער געווענליך נישט געגעסן פון די לחיים, ער האט נאך אנגעצויגן פאר עטליכע שעה, אפגערעדט מאנטאג און דאנערשטאג ווען ער פלעגט אפט פאסטן.
איך האב געדארפט ווארטן ביז עלף-צוועלף ביינאכט צו קענען פועל'ן אז דער רבי זאל עפעס אריינעמען אין מויל. אפילו ווען ער פלעגט שוין יא עסן האט ער ממש גארנישט געגעסן, מ'פלעגט אריינברענגען א שטיקל מזונות און אביסל קאשע, און זעענדיג אז דער רבי עסט ממש גארנישט האב איך איין טאג אריינגעמישט אין זיין טעלער אן איי כדי עס זאל אים עטוואס זעטיגן.
איך געדענק אמאל האט מען ארומגערעדט ביי רבי יודעלע (דזשיקובער) ז"ל פונ'ם ריבניצער זי"ע, ער האט אים מורא'דיג מפליא געווען, ער האט געזאגט, מען זעט מענטשן נאך יוה"ק, דער עולם פאסט איין טאג, און ביי תפילת מעריב טוט זיך אזא כאפעניש, מ'לויפט שוין מיט'ן מעריב, מ'קען שוין קוים ווארטן וואס פריער צו קענען עסן. ער האט געפאסט יעדן טאג, געדאוונט מעריב, ס'איז שוין געווען שפעט ביינאכט, אבער ער האט נאך אויפגענומען מענטשן, און זיך גארנישט געיאגט צום עסן. אז דער צדיק איז זוכה צו מעלה זיין דעם חומר, ס'האט אים נישט געפאדערט, יא עסן און נישט עסן איז אלץ געווען ביי אים איין עבודה און קדושה.
כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א ביים גרויסע עצרת השלושים תשנ"ו אין סאטמארער בית המדרש אין ירושלים
ער פלעגט עסן גאר אסאך שבת קודש, ממש למעלה מכוחות איש, ער פלעגט זיך וואשן אויף ריזיגע חלות און אויפעסן א גאנצע גרויסע פיש
אין א שמועס מיט וועד הפועל שילדערט דעם רבי'נס בעל אכסניא אין סיגעיט הרה"ח רבי ישעי' שווארץ שליט"א:
ווען דער רבי איז אנגעקומען צו מיר אין שטוב איז זיין געזונט צושטאנד געווען חרוב אינגאנצן, זיין גוף איז געווען רואינירט ביז'ן סוף, און מיין ב"ב האט זיך ממש אפגעגעבן מיט אים טאג און נאכט, זי פלעגט מאכן פאר אים ספעציעלע דזשוסעס און סיריעלס אים צו דערהאלטן ביים חיות. דער רבי פלעגט אבער נישט וועלן עסן אלעמאל, און ווען מיין ווייב איז נישט געווען אין שטוב פלעגט ער פיטערן די סיריעלס פאר מיינע קינדער....
ער פלעגט אסאך טעג פאסטן, און ביינאכט אויספאסטן אויף א גלעזל משקה מיט אביסל איבערבייס, דעם רבי'נס עבודה איז געווען למעלה מהשגותינו.
איך דערמאן מיך א מעשה, איין מאל שבת שפעט נאכמיטאג איז דער רבי געזעצן און געגעסן די סעודה איך האב שוין דעמאלט געהאלטן לאנג נאך דער סעודה; איך האב געהאט א שטוב מיט קליינע קינדער, אבער אז דער רבי האט געפירט טיש האב איך מיך צוגעזעצט ביים עק טיש. זעץ איך מיך אוועק אבער איך זע אז די רבי עסט גארנישט, פלוצלינג קומט די גבאי צו צי מיר און פרעגט מיר אויב כהאב מיך שוין געוואשן, האב איך געזאגט, געוואשן? איך האב שוין לאנג געבענטשט! זאגט מיר דער גבאי אז דער רבי שפירט זיך שלעכט אז ער עסט און זיין בעל אכסניא עסט נישט מיט, האב איך מיך שנעל איבערגעוואשן און אנגעהויבן עסן, און זאפארט האט דער רבי צוריק אנגעהויבן צו עסן.
דער רבי רעדט פון א סעודה. פרעג איך, "וואס דארף מען צוגרייטן?" "וואס הייסט וואס מ'דארף צוגרייטן? שווארץ ברויט מיט וואסער."
הרה"ח רבי בנציון אדלער פון ירושלים תשפ"ו ביי דער יארצייט סעודה:
ערב תשעה באב איז געווען נארמאל, מ'האט געפאסט אזוי ווי יעדן טאג. נאכמיטאג קומט דער רבי ארויס און ער זאגט מיר, "האסט צוגעגרייט סעודת המפסקת?" איך בין געווען זיכער אז סעודת המפסקת דארף מען צוגרייטן עפעס א סעודה, דער רבי רעדט פון א סעודה. פרעג איך, "וואס דארף מען צוגרייטן?" "וואס הייסט וואס מ'דארף צוגרייטן? שווארץ ברויט מיט וואסער." "וואס איז מיט אש?" פרעג איך, זאגט ער "אש איז דאך דא." מ'פלעגט צאמנעמען פון די בעקערייען עמערס מיט אש, וואס דער רבי האט געניצט פאר תיקון חצות טעגליך, ער פרעגט לייגן אויפ'ן מקום תפילין א האנט מיט אש. איז אש האט נישט געפעלט, מ'האט נאר געדארפט צוגרייטן וואסער מיט שווארץ-ברויט.
יענע יאר איז אויסגעפאלן תשעה באב דאנערשטאג, נאך אזא סעודת שלמה בשעתו... האט דער רבי געפאסט סיי תשיעי און סיי עשירי. פרייטאג צונאכטס האט מען געמאכט קידוש האלב איינס, זיך געוואשן, טועם געווען אביסל חלה, און אראפגעלייגט די האנט אזוי אויפ'ן קאפ און זיך פאר'דביקות'ט אויף א שעה צייט. דער טעלער מיט די פיש איז געלעגן פאר די אויגן אזוי, און דער רבי האט אפילו נישט געשפירט אז ער דארף עפעס.
"איך וועל דיר זאגן וויאזוי צו מאכן", פלייש מיט בוריקעס, אפגעמאלן, און ער האט איר געזאגט וויאזוי זי זאל עס קאכן און דרייען, ס'זאל זיין רונדיג ווי באלס, דאס איז געווען 'קאפטעליס' אויף סעודת בעש"ט.
רבי יחזקאל הערמאן שליט"א זון פונ'ם לעגענדארן גבאי ביים רבי'ן רבי איטשע וואלף ע"ה: ס'איז אבער געווען אסאך זאכן אום פסח וואס ער האט איר יא אנגעזאגט וויאזוי צו קאכן. אזוי אויך פאר דער סעודת בעל שם וואס מען האט געפראוועט נעילת החג, האט ער געהייסן מאכן א געוויסער מאכל, 'קאפטעליס' האט עס געהייסן. און מיין מאמע האט געזאגט אז זי ווייסט נישט וואס דאס איז.
סתם אזוי אן אינטערעסאנטע זאך, אחרון של פסח איז געווען לכתחילה דריי סעודות, וואס דאס איז דאך די סעודת בעל שם, אבער ער האט זיך יעדע יו"ט געוואשן צו דריי סעודות. ער פלעגט אריינלויפן אין זיין צימער און זיך א וואש געגעבן בין מנחה למעריב, יעדע יום טוב.
עבודת התורה
אינטערעסאנטע אויסצוגען בענין עבודת התורה
און די צוויי האבן זיך ממש צעקריגט! מען האט זיך ארומגעאמפערט. דער שווער האט געוואלט גיין ווייטער, און ער האט זיך פאר'עקשנ'ט און געבליבן זיך מעמיק זיין בלי הפסק.
ס'קומט צום דאווענען, און די רבי איז נאך געזעצן דארט, און דער שווער קומט אריין, האט ער אים געוויזן אז עס שטימט יא הלכה למעשה... עכ"פ אבער פון דעמאלט איז געווארן נתפרדה החבילה, זיי האבן נישט געוואלט מער לערנען צוזאמען. די טאכטער זיינע איז געקומען בעטן, "חיים זאנוויל לערן ווייטער מיט מיין טאטן", אבער והוא באחד, "בשום אין אופן".
הרה"ג ר' נפתלי דייטש דערציילט ביי דער יערליכער מסיבה אין קרית יואל: רעדנדיג פון דער נושא אמאל, האב איך געהערט פון הרה"ג רבי יחיאל טויבער ז"ל פון מכון להוראה, אז דער רבי האט אים דערציילט אז ער האט אמאל געלערנט מיט זיין שווער אינדערהיים אין רוסלאנד, זיין שווער איז דאך געווען א רב, און זיי האבן געמאכט א שיעור צוזאמען, זיי זענען אנגעקומען צו א שווערן ש"ך אין חו"מ, וואס איז געווען שווער צו פארשטיין אלס הלכה למעשה...
ער האט זיך אליין אמאל אויסגעדריקט אויף געוויסע מסכתות 'דאס האט ער געענדיגט הונדערט און צוואנציג מאל, דאס הונדערט און זעכציג מאל'. און אלעס איז געווען אויפ'ן לשון,
רבי יחזקאל הערמאן שליט"א זון פונ'ם לעגאנדארן גבאי רבי איטשע וואלף ע"ה:
ער האט מיר אמאל געפרעגט בנוגע די אמעריקאנער ישיבות וויאזוי מען לערנט, "מ'קען מיטן לשון?" דאס הייסט אז מ'האט נישט געקענט מיטן לשון בעל פה, איז נישט געווען געלערנט. דאס איז געווען זיין נוסח.
דער רבי האט זיך אנגערופן, "דער אויבערשטער האט מיר געגעבן א זכיה אז איך פארגעס נישט דאס לערנען, איך האב געלערנט די סימנים צוויי מאל און איך מיין אז איך האב גארנישט פארגעסן, און איך וויל דו זאלסט מיר פארהערן", איך האב נישט געוואוסט וואס מ'טוט דא ווייטער, היעלה על דעת אז איך זאל פארהערן דעם רבי'ן, וואו איז דאס געהערט געווארן? אבער אז דער רבי הייסט איז נישטא קיין צוויי ברירות.
כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א ביי חנוכת הבית פונ'ם בנין הת"ת: איך האב אנגעהויבן פרעגן עטליכע שאלות, אבער דער רבי איז נישט געווען צופרידן. "דאס הייסט נישט פארהערט" האט ער מיר געזאגט, ער האט בעסער געוואלט מ'זאל אים פרעגן פון אויסנווייניג א געוויסן ש"ך אדער ט"ז, און ער זאל זיך דארפן דערמאנען וואס דער ש"ך רעדט ארום דארט.
בלית ברירה האב איך אנגעהויבן פרעגן דעם רבי'ן איין ש"ך נאכ'ן צווייטן, און דער רבי האט אלעס געדענקט. עס ליגט מיר נאך אין די ביינער, איך בין ממש ארויס פון די כלים זעענדיג העכערע כוחות פארנט פון מיינע אויגן. והיה לפלא גדול.
די רבי האט געזאגט אמאל "דער שטעפינעשטער רבי זכרונו לברכה, האט מיט מיר געלערנט כל התורה כולה, פון אלף בית ביז נאך אותיות דרבי עקיבא, פון די גרויסע אותיות מיט די קליינע אותיות."
יו"ר ביי דער יארצייט סעודה תש"פ הרה"ח רבי ישעי מאיר ניימאן שליט"א: און דער רבי פלעגט דערציילן אז ער האט געהאט א ברודער אין רוסלאנד, זיי זענען געווען ביידע גרויסע בחורים, האבן זיי זיך פארהערט. איינער דעם אנדערן צי מ'קען זיך כאפן ביי עפעס א רשי"י אין ש"ס
"איידער דער חתונה האט מיין שווער ז"ל נישט געוואלט שטעלן די פיר שטאנגען בעפאר איך האב מיך פארהערט גאנץ איסור והיתר מיט יעדן פרי מגדים און חוות דעת, און איך האב עס געקענט בעסער ווי דו קענסט היינט 'אשרי יושבי'." די רבי קוקט א מינוט "דו ביסט דאך א יונג בחור'ל, דער חיתוך הדיבור איז נאך נישט אזוי געשליפן. איך האב געהערט דיין טאטן זאגן אשרי יושבי, ער זאגט שנעל, בעסער ווי ער זאגט אשרי יושבי..."
הגה"צ רבי אהרן קרויס, אב"ד בית שמואל וומסב"ג ביי איינע פון די יארצייט סעודות: איך בין געווען א בחור'ל צווישן זיבעצן און אכצן יאר, איך האב געלערנט ביי מיין רבי'ן קאשוי רב זכותו יגן עלינו, דער קאשויער רב. מיין טאטע זכרונו לברכה האט געוואוינט אין סיגעיט, האב איך געהאט די זכיה צו אריינגיין צום רבי'ן זי"ע, דער רבי קוקט מיר אן מיט זיינע הייליגע אויגן, איך דערמאן מיך ווי ער האט געגעבן א מעסט אפ פון קאפ ביז פוס אז ס'האט געווארפן א פחד, און ער פרעגט, "וואס לערנסטו?" איך בין שטיל געווען. זאגט ער, "שעם דיך נישט, זאג וואס דו לערנסט." זאג איך, "איך לערן יעצט הלכות מליחה." "דו קענסט מיר זאגן וויפיל טעמים ס'איז דא פאר הדחת הבשר קודם המליחה? וואס שטייט אין פרי מגדים?" אזוי פרעגט ער מיר.
איך, א יונג בחור, איך קוק אן, 'ריבניצער רבי פרעגט מיר פרי מגדים?' ס'איז מיר געווען עפעס א חידוש. איך האב געוואוסט מ'רעדט פון מופתים, אזוי ווי מ'דערציילט אלץ מעשיות. פרי מגדים? וויפיל טעמים? איך האב אנגעפאנגען אזוי צו קעקעצן, צו זאגן אביסל. זאגט ער, "געדענקסט די אכט טעמים?" ער זאגט מיר נאך דעם מספר. ער זעט ווי "תמיהין ושיילין ליה", ער זעט ווי איך וואונדער מיך, ווי איך שטיי אזוי פארגאפט.
"וואו איך רעד מיט אים, זאל עס זיין א תשו' חת"ס, געדענקט ער מיט'ן לשון."
הרה"ח שמואל יצחק וועבערמאן ביי איינע פון די יארצייט סעודות:
רבי שמעלקא טויבנפעלד ז"ל פלעגט אסאך מאל אריינגיין רעדן מיט אין לערנען, ער איז ארויסגעקומען מיט גרויס התפעלות, רבי שמעלקא אליין איז געווען א גאון, אבער ער איז מורא'דיג נתפעל געווארן פון אים.