הרב מרדכי ווערדיגער הי"ו, מנאמני ביתו ומשמשים בקודש, טיילט מיט טיף-איינגעווארצלטע נאסטאלגיע און רויע זכרונות, פון די לעכטיגע טעג ווען ער האט זוכה געווען צו שטיין לימין קדשו פון רבינו זצ"ל, ברענגנדיג ממש א ביטול הבחירה.
שמעון שטרייכער
עס לאזט זיך נישט גלייבן אז מ'האלט שוין דרייסיג יאר זינט יענעם טאג וואס א טרויער האט זיך אראפגעלאזט מיט דאס הסתלקות פונעם רבי'ן זצ"ל, וואס איז געווען א דערלייכטונג פאר אזויפיל אידן. דער רבי וואס האט גע'פועל'ט ישועות פאר טויזנטער אידן בחייו, און האט עוסק געווען אין עבודת השם במסירת נפש ממש.
דאס הסתלקות איז געווען א פארלוסט פאר גאנץ כלל ישראל, אבער מער פערזענליך האט עס באטראפן די נאנטע מקורבים וואס האבן זיך נישט אוועקגערירט פונעם רבי'ן די גאנצע צייט. צווישן די גאר באקאנטע אידן וואס האבן געהאט די זכיה צו משמש זיין דעם רבי'ן מיט א זעלטענע געטריישאפט און ביטול, איז געווען דער וועלט-באקאנטער בעל מנגן ומלחין רבי מרדכי ווערדיגער הי"ו.
פון דעם טאג וואס ער האט זוכה געווען צו טרעפן דעם זעלטענעם אור, וואס איז בכלל נישט געווען פאסיג פאר אונזער דור, האט ער זיך נישט אוועקגערירט פון אים. ער איז געשטאנען געטריי צו דער האנט פונעם רבי'ן, כדי ארויסצוהעלפן און אים צו באגלייטן, זיכער מאכנדיג אז דער רבי געפינט זיך שטענדיג אין א גוטן צושטאנד.
צו באקומען א פערזענליכן בליק אויף דעם טיפן מיטגעפיל וואס ר' מרדכי טראגט מיט זיך ווען ער הייבט אן רעדן פונעם רבי'ן, האבן מיר זיך ארויסגעלאזט צו דער היים פון ר' מרדכי אין סיגעיט. מיר האבן זיך אראפגעזעצט פאר א וויילע צו הערן זכרונות און בענקענישן צום גרויסן רבי'ן, וואס האט געהאט אויף אים א טיפער השפעה, און אים ממש געעפנט א נייער וועלט. לאמיר נישט מאכן קיין לאנגע הקדמות, נאר זיך גלייך אריינלאזן אין דעם שמועס.
א נייער וועלט האט זיך געעפנט
א גוטן ר' מרדכי. צום אלעמען ערשט, לאמיר הערן וויאזוי איר האט זוכה געווען צו אזא נאנטשאפט צום רבי'ן? וויאזוי האט זיך עס אנגעהויבן, און וואס האט אייך געגעבן דעם שטופ און חיות זיך אזוי אוועקצוגעבן לאנגע יארן מיט די פולסטע געטריישאפט?
עס האט זיך אנגעהויבן דורכן אנקניפן א נאנטשאפט מיט דעם אומפארגעסליכן, לעגענדארן חזן הרה"ח ר' ארי קליין ע"ה, וואס איז שפעטער געווארן מיין שוואגער. אונזער שייכות האט זיך אנגעהויבן נאך אין די בחור'ישע יארן. איך האב געוואוינט אין פלעטבוש, און העכער אונז האט געוואוינט א חשוב'ער איד, הרב יצחק שארף ע"ה, א מלמד אין באבוב און א גרויסער תלמיד חכם.
איין פרייטאג צונאכטס אינמיטן די סעודה, האב איך געהערט א הערליכע באסאווע שטימע אפקלינגען מיט שיינע שבת'דיגע לידער. דאס קול האט מיר אזוי געצויגן, אז איך בין ארויפגעגאנגען קלאפן ביים שכן, צו הערן ווער עס זינגט מיט אזא מתיקות.
דארט האב איך געטראפן ר' ארי'ן, וואס האט שוין אנגעהויבן זינגען ביי די אכצן יאר. אין יענע יארן, ווען עס זענען נאכנישט געווען קיין פרישע בעלי מנגנים יעדע שני וחמישי, איז ער ממש געווען פון די יחידים. איך בין גאר שטארק צוגעצויגן געווארן צו זיין שטארקייט ארויסצוקומען זינגען, און בכלל צו זיין געוואלדיגן צוגאנג צו נגינה, און פון דעמאלס אן האבן מיר אנגעקניפט א נאנטן קשר.
ער האט מיר פאטענציאל אריינגעשלעפט אין די וועלט פון נגינה, ווי אויך בין איך געווארן זיין שוואגער, און מיר זענען געבליבן נאנט אלע יארן.
וויאזוי האט אייך די שייכות מיט ר' ארי'ן צוגעצויגן קיין ריבניץ?
דאס איז שוין געווען עטליכע יאר שפעטער. ר' ארי האט שוין געוואוינט אין מאנטריאל, ויהי היום האב איך אים אנגעטראפן אויף די גאסן פון בארא פארק און ער זאגט מיר: "מרדכי, עס איז דא א צדיק וואס דו מוזט קומען זען, דער איד איז פלאי פלאים!" איך בין געגאנגען מוצאי שבת און איך בין געבליבן ביז זיבן אזייגער אינדערפרי.
איך קען נישט גענוג שילדערן וואס מיינע אויגן האבן דארט געזען; איך האב געטראפן א לעכטיגקייט וואס איך האב קיינמאל נישט גע'חלומ'ט אז אזא זאך עקזיסטירט בכלל. פון יענעם טאג אן האב איך געוואוסט אז 'ריבניץ איז מיין פלאץ', און איך בין שוין געבליבן דארט אדוק ומקושר אלע יארן.
איך דערמאן זיך צוריק פון יענע ערשטע טעג ווען די נייע וועלט האט זיך מיר געעפנט; עס האט זיך מיר געעפנט אזא לעכטיגקייט, אז איך האב געוואלט אלעס אפלאזן. איך בין שוין דעמאלס געווען אין די נגינה וועלט, אבער איך האב געשפירט אז איך וויל מער נישט זינגען - איך וויל בלויז זיין נאנט צום רבי'ן די גאנצע צייט.
אין די ערשטע טעג ממש האב איך שוין מיטגעהאלטן א גאר אינטערעסאנטע מעשה ביים רבי'ן. איך האב געהאט א חבר פון ארץ ישראל וואס איז געקומען קיין אמעריקע, אבער זיין בני בית און זיינע דריי קינדער האבן נישט געקענט באקומען קיין וויזע אהער, און צוליב דעם זענען זיי געבליבן שטעקן אין ארץ ישראל. ער האט געארבעט גאר שווער דאס צו מסדר זיין, אבער אן ערפאלג.
נאכן מיטהאלטן די ערשטע טעג ביים רבי'ן, האב איך אנגערופן דעם חבר אז ער זאל זיך קומען מזכיר זיין ביים רבי'ן, און ער וועט זיכער זען א ישועה.
ער איז געקומען דאווענען ביים רבי'ן און ער האט זיך מזכיר געווען. דער רבי האט אים געוואונטשן, אבער עס זענען אריבער עטליכע חדשים און גארנישט האט זיך נישט געריקט. זיין משפחה איז נעבעך געבליבן זיצן אליין אין ארץ ישראל, און עס איז געווען זייער שווער.
אזוי איז אריבער נאך א שטיק צייט. עס איז געווען א מוצאי שבת סליחות, און דער יונגערמאן איז נאכאמאל אריבער זיך מזכיר זיין ביים רבי'ן. ער האט שוין אפילו נישט געוואלט דערמאנען זיין שוועריגקייט, נאר ער האט זיך בלויז מזכיר געווען פאר א 'כתיבה וחתימה טובה'. ווי נאר דער רבי האט אים געזען, האט דער רבי גזאגט די ווערטער: "איר וועט הערן א בשורה טובה די וואך".
איך געדענק ווי יענע וואך דינסטאג האט דער יונגערמאן באקומען א טעלעפאן קאל פון א נאנטן קרוב משפחה זיינער, וואס האט אים ממש אנגעהויבן באזידלען און באשייגעצן, היתכן ער לאזט איבער זיין משפחה אליין אין ארץ ישראל. ער האט ממש אנגעהויבן וויינען, שפירנדיג אז ער ווייסט נישט וואס זיין קומענדיגער שריט זאל זיין.
הערנדיג ווי ער ווערט צעבראכן, האב איך אים דערמאנט די קלארע ווערטער וואס מען האט געהערט פונעם רבי'ן, זאגנדיג אז ער האט מער נישט וואס צו זיין באזארגט, ווייל אלעס גייט פאלן אין פלאץ.
מיטוואך אינדערפרי האט ער באקומען א פאון קאל פון ארץ הקודש; זיין בני בית איז געווען אויף די אנדערע זייט ליין, און זי האט אים געלאזט וויסן, אז מיט גרויס סייעתא דשמיא האט זי ערהאלטן די וויזעס צו קענען קומען קיין אמעריקע, און זיי וועלן קענען קומען נאך שבת.
דער רבי איז געווען אין מקוה בשעת די בשורה איז אנגעקומען. מען איז אראפגעגאנגען צום רבי'ן דערציילן די גוטע בשורה. דער רבי האט געפרעגט: "זיי וועלן קומען נאך פאר שבת?" האט מען אים געזאגט אז זיי קומען ערשט נאך שבת. האט זיך דער רבי אנגערופן: "נאך שבת ווייס איך".
גיי אן מיט דיין נגינה
איר האט דערמאנט, אז בשעת'ן נענטער ווערן צום רבי'ן, האט איר אנגעהויבן קלערן פון אפלאזן די נגינה. למעשה זעען מיר אז איר האט עס נישט איבערגעלאזט; וואס האט פאסירט?
די געוואלדיגע נאנטשאפט צום רבי'ן האט מיר געגעבן צו שפירן אז איך האב שוין יוצא געווען מיין חוב מיטן זינגען; עס איז שוין גענוג געווען, און ס'איז צייט זיך אריינצואווארפן אין אנדערע עניינים. איך בין אריינגעגאנגען צום רבי'ן און אים פארגעלייגט די שאלה. מיין שאלה איז בעצם געווען פיל טיפער ווי בלויז צי איך זאל זינגען אדער נישט, ווייל עס פלעגט מיר אויסקומען צו זינגען נישט נאר ביי רבי'שע טישן...
איך האב געזאגט פארן רבי'ן זייער קלאר: "איך וויל אויפגעבן די נגינה". דער רבי האט מיר אנגעקוקט און זיך אנגערופן: "אז דער אויבערשטער גיבט א מתנה, דארף מען עס אויסנוצן." ער האט נישט געזען קיין שום סיבה פארוואס איך זאל עס אויפגעבן.
איך האב אבער געוואוסט אז דער רבי מיט זיין געוואלדיגע איידלקייט און סבלנות קען מיר מעגליך זאגן אזוי פשוט כדי מיר נישט מצער צו זיין. האב איך זיך געטרויעט און אריינגעשיקט ר' איטשע מאיר ע"ה, ער זאל גיין פרעגן דעם רבי'ן נאכאמאל די שאלה, האפנדיג אז פאר אים וועט ער שוין זאגן וואס ער האלט באמת - צי איך זאל אויפגעבן די נגינה אדער נישט.
ר' איטשע מאיר איז אריינגעגאנגען און פארגעלייגט די שאלה. דער רבי האט אויסגעהערט וואס ער פרעגט און זיך אנגערופן: "איך האב אים שוין געזאגט איינמאל; אז דער אויבערשטער גיבט א מתנה, דארף מען עס אויסנוצן".
האט אייך דער רבי אמאל מכבד געווען צו זינגען?
איך פלעג זינגען די באבוב'ע 'קה ריבון' יעדע וואך ביים טיש.
האט דער רבי אייך געגעבן הדרכה אדער אנגעוויזן וויאזוי זיך צו פירן ביים זינגען?
ער האט מיר כסדר מחזק געווען. יעדעס מאל ווען איך האב מיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אויפצוטרעטן סיי-וואו, האט ער מיר געוואונטשן הצלחה. די נאנטשאפט צו אים האט מיר אליין מחזק געווען צו וויסן וויאזוי זיך צו פירן.
איז אמת אז איר האט אמאל פארלוירן די שטימע, און דער רבי האט אייך געוואונטשן עס צוריקצובאקומען?
דאס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. מען קומט כסדר רעדן צו מיר וועגן די מעשה; ס'איז א שיינע מעשה, אבער עס איז דא איין פראבלעם: אז לא היו דברים מעולם, עס האט קיינמאל נישט פאסירט. איך האב קיינמאל נישט פארלוירן די שטימע ב"ה, און דער רבי האט קיינמאל נישט געדארפט וואונטשן אז איך זאל צוריקבאקומען די שטימע. ער האט מיר אסאך געוואונטשן צו מצליח זיין, אבער נישט אויף צוריקצובאקומען די שטימע.
מען הערט אז דער רבי איז געווען א הערליכער בעל תפילה. אלס איינער וואס האט א זעלטענער פארשטאנד אין נגינה, וואס איז אייער מיינונג דערוועגן?
דער רבי האט געדאווענט זעלטן ווארעם; ער פלעגט אסאך זינגען, און אלעס איז געווען מיט אן אויסטערלישע מתיקות. דער רבי האט בכלל געטון יעדע זאך בשלימות; ס'איז נישט געווען אזא מין באגריף ווי טון עפעס בלויז כדי יוצא צו זיין, נאר אלעס האט געמוזט זיין בתכלית השלימות.
עס איז מיר אויסגעקומען אנצוצינדן פארן רבי'ן רעקארדס פון יאסעלע ראזנבלאט. פארן היינטיגן יוגנט דארף מען שוין מסביר זיין וואס דאס מיינט 'רעקארדס' און ווער איז דאס געווען 'יאסעלע ראזנבלאט'. דער רבי האט גאר שטארק הנאה געהאט צו הערן יאסעלען; ער איז געווען גאר אן ערליכער איד, א טשארטקוב'ער חסיד, און דער רבי האט זיך אויסגעדריקט אויף אים אז ער איז געווען א 'זוהר איד'.
ס'איז דא א באקאנטע 'ריבניצער לערנען תנועה', זענט איר באקאנט צי דער רבי האט דאס געזינגען?
איך ווייס נישט דערפון.
אפענע אויגן
איר האט דערמאנט, אז דער רבי האט געזאגט פאר אייער חבר, אז ער וועט הערן א גוטע בשורה נאך די וואך; דאס זענען גאר אפענע דיבורים. ס'איז באקאנט אז מ'פלעגט אסאך הערן ביים רבי'ן ווי ער פלעגט פאראויסזאגן זאכן, וואס קען מען דערציילן דערוועגן?
דאס איז א נושא איבער וואס מיר קענען רעדן גאר אסאך. איך דערמאן זיך א מעשה וואס האט פאסירט ווען איך בין געווען מיטן רבי'ן אין לאס אנדזשעלעס. די שטאט לאס אנדזשעלעס געפינט זיך געאגראפיש אין א טאל; עס איז נידריג, און דארט איז דער מציאות אז ווען עס איז פארנעפלט, איז עס פארנעפלט. עס איז נישט דא אזא מציאות אז יעצט איז פארוואלקנט און פינף מינוט שפעטער זאל זיך עס טוישן.
מ'האט געדאווענט מנחה-מעריב, און דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו הרב אייזיקסאנ'ס מקוה, וואס איז געווען בערך צוויי גאסן אוועק.
ווען מ'הייבט אן רעדן פונעם ענין פון מקוה איז עס א נושא פאר זיך, מ'קען רעדן און רעדן אן אויפהער. דער רבי פלעגט יעדעס מאל טוישן אלע וועש אין מקוה; ער האט געהאט זיינע עניינים, ער פלעגט טובל'ן זיינע וועש און זיין ברילן אין מקוה. מ'קען זיך נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט אז ער האט זיך אנגעטון פראסטיגע, נאסע וועש.
אלענפאלס, עס איז אויסגעקומען אז דער רבי האט געהאט אלע פרישע וועש, אבער א פרישן קאפל האט ער נישט געהאט. ר' איטשע איז שנעל צוריק אהיימגעלאפן ברענגען א קאפל, בשעת וואס איך בין געבליבן דארט מיטן רבי'ן אין מקוה.
זייענדיג אין מקוה, זע איך ווי דער רבי וויל ארויסלויפן. ער פרעגט מיר אויב איך האב א פאטשיילע; עס איז געווען א נייע שאלה וואס איך האב קיינמאל פריער נישט געהאט געהערט, און איך האב איבערגעפרעגט: "וואס דארף דער רבי?" דער רבי האט דערויף איבערגעזאגט אז ער דארף א פאטשיילע. "עס איז נישט דא קיין פאטשיילע", האב איך געזאגט פארן רבי'ן.
זעענדיג אז עס איז נישט דא קיין פאטשיילע, איז דער רבי ארויסגעלאפן פון מקוה מיט זיין טלית קטן און זיין האנטוך, און איך האב אים אנגעהויבן נאכלויפן, וויבאלד איך האב מיר געזארגט פאר זיין געזונט-צושטאנד, ער זאל נישט ארויסלויפן אזוי אויפן גאס.
איך זעי דעם רבי'ן שטיין אין גאס און קלאפט און פאכעט מיטן האנטוך, איך בעהט דעם רבי'ן "דער רבי קען זיך פארקילן" אבער דער רבי פאר'עקשן'ט זיך "נאך איינס, שוין מ'קען גיין".
עטליכע מינוט שפעטער איז דער נעפל פארשוואונדן געווארן, און מען האט געמאכט א פייערדיגע 'קידוש לבנה'; אוי, האט מען געטאנצן 'טובים מאורות'.
אן ענליכע מעשה האב איך מיטגעלעבט מיטן רבי'ן אין פלארידע: מיר זענען געגאנגען צו קידוש לבנה, דער רבי איז געווען פארקילט, עס איז געווען היבש קאלט, און איך בין געשטאנען דארט אים אפצוהיטן ער זאל זיך נישט פארקילן נאכמער. למעשה איז נישט געווען קיין לבנה, און מען איז געשטאנען און געווארט.
דער רבי האט אנגעהאט א רעזשוואלקע, אבער זי איז געווען אפן. איך בין צוגעגאנגען צום רבי'ן און אים צוגעקנעפלט. דער רבי האט אבער נישט מסכים געווען דערצו, און ער האט עס צוריק אויפגעקנעפלט.
איך האב געווארט עטליכע מינוט, ס'איז נאכאלץ נישט געווען קיין לבנה, און דער רבי איז געווארן קאלט. בין איך ווידער צוגעגאנגען אויס זארג אז דער רבי זאל זיך נישט פארקילן, און איך האב זיך נאכאמאל געטרויעט און צוגעקנעפלט דעם רעזשוואלקע. אבער כמעשהו בראשונה, האט דער רבי ווידער אויפגעקנעפלט דעם רעזשוואלקע. אזויווי דער רבי האט שוין צוויי מאל געעפנט די קנעפלעך, האב איך פארשטאנען אז מ'רעדט דא פון א הקפדה, און איך האב זיך מער נישט אריינגעמישט.
עטליכע מינוט שפעטער איז די לבנה ארויסגעקומען. מ'האט געמאכט א דערהויבענעם קידוש לבנה, און מ'איז אהיימגעגאנגען אין שטוב. אויפן וועג אהיים האב איך געפרעגט דעם רבי'ן איידעלערהייט: "ילמדנו רבינו, וואס איז געווען די גרויסע הקפדה נישט צו פארמאכן דעם רעזשוואלקע?" דער רבי האט געהערט מיין שאלה און זיך אנגערופן: "איר האט געמיינט אז די לבנה וועט ארויסקומען ווען די גארטל ליגט פון אונטן?" מיינענדיג צו זאגן, אז ווען די רעזשוואלקע איז פארמאכט קען מען נישט זען דעם גארטל. והוא לפלא.
פון ווען דער רבי איז ארויסגעקומען פון אונטער די קאמוניסטן, האט ער אזויפיל גערייזט איבער דער וועלט; ער האט געוואוינט אין פארשידענע שטעט. וואס האט אים בכלל געפירט קיין לאס אנדזשעלעס?
דער דאקטער האט געזאגט אז פארן קיין לאס אנדזשעלעס וועט זיין זייער גוט פאר זיין געזונט צושטאנד; עס איז דארט מער טרוקן צוליב די נאנטקייט צו די מדבריות, און ווען מען האט צו טון מיט די אטעמען קען עס זיין א גרויסע טובה.
לכתחילה ווען מען איז אהינגעפארן, איז דער פלאן געווען צו זיין דארט בערך צען טעג ביז צוויי וואכן - איך געדענק נישט פונקטליך - אבער אנקומענדיג אהין האט זיך געשאפן א גרויסע פראבלעם: די ארטיגע אידן האבן נישט געוואלט לאזן דעם רבי'ן גיין. עס זענען דארט געווען חשוב'ע אידן, הרה"ח ר' משה ווייס, הרה"ח ר' בערל ווייס, הרה"ח ר' אהרן יעקב קארנוואסער ע''ה; בקיצור, פיל אידן האבן גאר שטארק געבעטן דעם רבי'ן ער זאל אויסציען די פלענער, און בלייבן נאך אביסל און נאך אביסל.
עס איז דעמאלס געווען אינמיטן חודש אלול. ערשטנס האט מען געבעטן דעם רבי'ן ער זאל בלייבן דארט אויף סליחות, שפעטער האט זיך עס אויסגעצויגן אויף די ימים טובים, און פון דארט איז עס שוין געווארן סוכות און שמחת תורה. נאך אזא דערהויבענעם תשרי איז דער רבי שוין געבליבן דארט פאר אנדערטהאלבן יאר. די אידן פון לאס אנדזשעלעס וועלן קיינמאל נישט פארגעסן יענע דערהויבענע טעג בצל הקודש פונעם רבי'ן, וואס האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע השפעה אויף די ארטיגע אידן.
איר זענט דארט געווען די גאנצע צייט?
איך בין כסדר געפארן אהין און צוריק.
איך געדענק, ווי איינמאל פרייטאג צונאכטס ביים טיש, שוין צוויי אזייגער ביינאכט, האט מען געזאגט אז ר' אהרן יעקב קארנוואסער ע''ה קומט אריין. עס האט אויסגעזען ווי ער קומט פון אינמיטן שלאף. דער רבי האט אים אפילו געפרעגט: "יענקל, וואס טוט איר דא?" דער רבי האט אבער נישט געווארט אויף קיין ענטפער און אליין אויסגעפירט: "איך האב אייך אהערגעשלעפט במחשבה". ער איז געווען גאר נאנט מיטן רבי'ן.
איך דערמאן זיך אויך א גאר מערקווירדיגע איבערלעבעניש וואס איך האב געהאט מיטן רבי'ן, וואס האט מיר געלערנט אז דער רבי ווייסט נישט וויאזוי זיין לעכטיגע צורה קוקט אויס. עס איז געווען דארט אין לאס אנדזשעלעס; אין דער דירה ווי מען איז איינגעשטאנען איז פונעם שלאף צימער ביזן בית הכבוד געווען א קליינע האלוועי, האב איך געלאזט די טיר אביסל אפן מיט די לייט אנגעצינדן, אז טאמער די רבי כאפט זיך אויף - און איך וועל נישט הערן, זאל די רבי זעהן ווי מ'גייט.
אזוי איז אריבער די נאכט, ווען מען איז כמעט נישט געשלאפן - דער רבי ווייס איך נישט צי ער איז בכלל געשלאפן. איך שטיי אויף אביסל שפעטער און איך זע די טיר איז פארמאכט. איך פרעג דעם רבי'ן צי עפעס איז פארגעקומען, זאגט ער מיר: "איך ווייס נישט, עפעס אן אלטער לץ איז געשטאנען און האט מיר נישט אריינגעלאזט".
די מעשה איז געווען, אז די טיר האט זיך געהאט בטעות פארמאכט, און עס איז געווען א שפיגל אויף דעם טיר, און ווען דער רבי איז אנגעקומען צו דעם טיר האט זיך אים געדאכט אז איינער שטייט אנטקעגן אים און לאזט אים נישט גיין.
ווען דער רבי איז שוין געווען גאר שוואך, האט מען אים אמאל געוויזן בילדער פון זיך אליין, און ער האט גארנישט אנגעהויבן כאפן ווער דאס איז. ער האט געפרעגט: דאס איז דער רבי? (רבו הרה"ק משטיפענעשט זי"ע) און ער האט אפילו נישט אויפגעברענגט די מעגליכקייט אז ער אליין איז דער וואס מ'זעט אויפן בילד.
דעם רבינ'ס עלטער
האסטו אמאל פרובירט אויסצורעכענען ווי אלט דער רבי איז געווען בשעת זיין פטירה?
איך האב אים אמאל געפרעגט, און ער האט מיר צוריקגעפרעגט: "וויאזוי זאל איך וויסן?" ער האט צוגעגעבן, אפשר מיין ברודער איציק וועט וויסן.
תיקון חצות ביים רבי'ן
מ'ווייסט אז תיקון חצות איז פשוט געווען איינע פון די מערסט באהאלטענע עבודות; ער האט נישט געלאזט קיינעם זען, און ער האט אויסגעמיטן דאס מענטשליכע אויג פאר יעדן פרייז. אלס איינער וואס איז געווען פון די באי ביתו ביים רבי'ן, איז אייך אויסגעקומען צו זען די עבודה פונדערנאנט?
איז אזוי: אין די יארן וואס איך בין געווען א משמש ביים רבי'ן, האט די סיסטעם געארבעט, אז ווען דער רבי האט עפעס געדארפט, האט ער געגעבן א קלאפ אדער געזאגט: "נו!", און איך בין אלעמאל אריינגעגאנגען. אזוי איז מיר אויסגעקומען צו זען אסאך.
רעדנדיג וועגן 'תיקון חצות', דערמאן איך מיר אן אינטערעסאנטע עבודה ביים רבי'ן, וואס האט געוויזן די געוואלדיגע כוחות וואס דער רבי לייגט אריין אין דעם.
דער רבי איז צוריקגעקומען פון לאס אנדזשעלעס קיין ניו יארק אום חודש ניסן, א צייט ווען מ'זאגט נישט קיין תחנון, און ממילא זאגט מען נישט קיין תיקון חצות. א גאנצע חודש איז אריבער אנדעם וואס דער רבי זאל זאגן תיקון חצות.
יענע יאר איז אויסגעקומען, אז דער ערשטער טאג אין חודש אייר, ווען מען האט צוריק אנגעהויבן זאגן תיקון חצות, איז געווען א זונטאג. דער טאג זונטאג איז בכלל געווען זייער א שווערער טאג ביים רבי'ן; מיט די זעלבע קדושה וואס האט אים געמאכט פאסטן די גאנצע וואך, איז שבת געווען ממש מהיפך להיפך, ווען דער רבי האט געגעסן גוזמאות לכבוד שבת קודש.
דאס האט צוגעברענגט, אז זונטאג זאל נעמען גאר לאנג ביז ער איז געווארן גרייט צום דאווענען, וויבאלד איידערן האבן א גוף נקי איז נישט געווען פון וואס צו רעדן.
דער טאג האט זיך אנגעהויבן דורכצודרייען, און מען האט שוין געהאלטן נאנט צום שקיעה,
מפי השמועה
אויסערדעם וואס ר' מרדכי האט אליין מיטגעלעבט א וועלט ביים רבי'ן, האט ער אויך געהערט א וועלט. דורכאויס די זיצונג ביי אים אינדערהיים האט ער דערציילט פארשידענע האר-אויפשטעלנדע געשיכטעס, וואס זענען ממש לא יאומן כי יסופר.
מיליאן דאלערדיגע קנס ווערט נעלם
אין לעיקוואדעס וואוינט א איד, א גרויסער גביר און א גרויסער בעל צדקה, הרה"ח ר' מאיר בירנבוים הי"ו. איך בין געווען מיט אים אין פלארידע, און מיר האבן געשמועסט. האט ער מיר געזאגט: "איך ווייס אז דו ביסט געווען מקורב צום רבי'ן, וועל איך דיר דערציילן א מעשה וואס איז ביי מיר אליין פארגעקומען (בדידי הוה עובדא)".
ער דערציילט אזוי: "אנהייב פון מיין קאריערע, האב איך געטראפן א שותף מיט וועמען צו קויפן די ערשטע פראפערטי, פון וואס מיר האבן געהאפט און פלאנירט צו מאכן שיינע פארדינסטן. ויהי היום, האבן מיר באקומען א ריזן, שרעקעדיגן קנס פון א מיליאן דאלער.
מיר רעדן פון א קנס, וואס אויב איך וואלט דאס געדארפט צאלן, וואלט איך געווען פארטיג נאך איידער איך בין אריין אין ביזנעס. עס רעדט זיך פון א מעשה וואס איז פארגעקומען שוין מיט א שיינע פאר יאר צוריק, ווען א מיליאן דאלער איז נאך געווען ווערד א שיין ביסל מער ווי היינט, אבער בכלל איז עס געווען אן אומדערהערטע נומער, וואס האט זיך בכלל נישט געלייגט אויפן שכל".
"איך בין געווען זייער צעבראכן, און נישט געוואוסט וואס מיין קומענדיגע טריט זאל זיין. איך געדענק אז איך האב באשלאסן צו גיין קיין ריבניץ; איך ווייס אליין נישט פארוואס, אבער עפעס האט מיר אהינגעטריבן. איך גלייב אז דאס איז געקומען נאכן הערן פון אנדערע אז זיי האבן געהאט ישועות דארט, אבער אזוי איז געווען די מעשה.
"ווען איך בין אנגעקומען קיין ריבניץ האב איך גלייך געשפירט א געוואלדיגער קשר. מיר האבן געדאווענט און געבעטן אז די גזירה וואס איז ארויפגעפאלן אויף אונז זאל בטל ווערן, און מיר זאלן קענען מצליח זיין מיט די אינוועסטמענט אין וואס מיר זענען אריינגעגאנגען.
"די מעשה איז געווען ארום פינף יאר צוריק", האט ער מיר דערציילט. "זייט דעמאלס האב איך נאכנישט געהערט פון דעם קנס; ס'איז פשוט פארגעסן געווארן פון די מאפע, גלייך ווי עס זאל קיינמאל נישט האבן פאסירט".
א צייט שפעטער האט ער געמאכט א שבע ברכות פאר דאס קינד פון זיין שותף. דארט ביים שבע ברכות האט ער מיר געטראפן, און ער האט געדענקט אז ער האט מיר דערציילט דעם ערשטן חלק פון די מעשה, און האט דאן געוואלט אויספירן דעם גוטן ענדע.
ער דערציילט אזוי: "מיר האלטן יעצט נאכן פארקויפן דעם פראפערטי. דער סדר ארבעט, אז איידער איינער קויפט א פראפערטי, מאכט ער א גרינטליכע אונטערזוכונג, זיכער צו מאכן אז עס זענען נישט דא קיין שום ליענס אדער חובות אויף דעם פראפערטי וואס קענען זיך מארגן אויפוועקן.
מיר האבן ארויפגעלייגט די פראפערטי אויפן מארקעט, און וואונדער איבער וואונדער, די קנס איז ווי פארשוואונדן געווארן; ס'איז נישט דא צום געפינען. נישט נאר זיי זענען נישט געגאנגען ווייטער, נאר ס'איז ממש פארמעקט געווארן, און ס'איז נישט דא קיין שום איבערבלייבעניש דערפון. אזוי האבן מיר געקענט פארקויפן די פראפערטי אן קיין שום שטערונגען, בזכות פונעם הייליגן צדיק.
די דיאמאנטן ליגן אויפן טיש
איך האב געהערט א געוואלדיגע מעשה פון הרב אריה שעכטער שליט"א, א סופר סת"ם וואס איז אויפגעקומען מיט א המצאה צו קענען אליין ערצייגן די קליינע בתים פון תפילין. ער דערציילט וואס ער האט געהערט פונעם זון פון הרה"ח ר' ישכר האזענפעלד ז"ל. מ'רעדט דא פון א איד וואס איז געווען א גרויסער מיליאנער, און פלעגט האנדלען מיט דיאמאנטן. איין טאג איז אים נעלם געווארן א זעלטן טייערע פארסל דיאמאנטן; ס'איז איבריג צו ארויסברענגען די געוואלדיגע עגמת נפש וואס דאס האט אים פאראורזאכט.
ער איז אריינגעקומען צום רבי'ן, און דער רבי רופט זיך אן: "עה, ס'דארטן אויפן טיש, וועסט עס טרעפן". ער האט ממש נישט געקענט פארשטיין וואס דער רבי זאגט, ווייל פאר ער איז געקומען צום רבי'ן האט מען שוין איבערגעדרייט יעדעס שטיינדל אין אפיס; יעדע שופלאד איז שוין געווארן ארויסגעצויגן. צו זאגן אז עס ליגט אויפן טיש האט זיך ממש נישט געלייגט אויפן שכל, אבער אז דער רבי זאגט אזוי, איז ער צוריקגעגאנגען אין אפיס מיט אמונת צדיקים. און וואונדער איבער וואונדער: ער האט געטראפן דאס זעקעלע ליגן אויפן טיש, פונקט ווי עס וואלט קיינמאל נישט פארלוירן געווארן. מי יעמוד בסוד קדושים.
דער איד האט אויך דערציילט, אז איינער פון זיינע קינדער האבן נאכנישט זוכה געווען צו זרע של קיימא, איז ער אריין צום רבי'ן, און צוגעשריבן אויפן קוויטל: 'להיפקד בזרע של קיימא'. דער רבי האט געקוקט אויפן קוויטל, און זיך אנגערופן: 'שתליד בנקל'. זי איז שוין געווען געהאלפן.
געראטעוועט געווארן פון א שווערע משפט
דערציילנדיג מעשיות וואס איך האב געהערט, דערמאן איך זיך א מעשה וואס איך האב אליין בייגעוואוינט.
ס'איז געווען א איד וואס האט אימפארטירט פאלשע זייגערלעך פון כינע. איין שיינעם טאג איז די FBI געקומען צו זיין טיר, און זיי האבן אויך געוואלט האבן פון זיינע זייגערלעך... ווי נאר דער איד האט געזען דער מצב, האט ער פרובירט ארויסשפרינגען פון פענסטער, אבער ס'איז שוין געווען צו שפעט.
די FBI האט אונטערגעזוכט זיין הויז, און זיי האבן דארט געטראפן פופציג טויזנט זייגערלעך, מיט פערציג טויזנט דאלער קעש. די באווייזן זענען געווען גאר שטארק. מ'האט אים ארעסטירט, און עס האט אים חלילה געדראעט אסאך יארן תפיסה.
מ'איז געקומען מזכיר זיין דעם איד ביים רבי'ן, האט זיך דער רבי אנגערופן: "וויפיל זייגערלעך דארפן זיי, איינס אדער צוויי? זיי וועלן אלעס צוריקגעבן".
וואונדער איבער וואונדער איז געווען, אז היות די 'ווארענט' וואס זיי האבן געהאט איז נישט געווען ריכטיג, איז די גאנצע קעיס צעפאלן, און דער איד איז באפרייט געווארן. מ'האט אים צוריקגעשיקט די זייגערלעך, און בלויז צוויי זייגערלעך האבן געפעלט.
די מעשה האט זיך נאכנישט געענדיגט דא; ער איז שפעטער נאכאמאל געווארן פארמישט אין עפעס פאלשע זאכן, און מ'האט אים ווידער ארעסטירט. איינער האט זיך געגעבן א רוף אן "שוטה אסור לרחם עליו", האט דער רבי תיכף מגיב געווען: "ביי אונז האט מען געטייטש, אסור אויב ער איז צוגעבינדן, לרחם דארף מען רחמנות האבן אויף אים".
דער רבי פארארבעט מעשים מיט די שמות הקדושים
עס זענען דא די צוויי ברידער, הרה"ח ר' אלימלך און ר' משה לייב רוטנער, וועלכע האבן געוואוינט אין מונקאטש, און האבן נאך געדענקט דעם רבי'ן פונדערהיים.
עטליכע חדשים צוריק בין איך געווען ביי ר' מיילעך אין שטוב, און ער האט מיר דערציילט אן אינטערעסאנטע מעשה וואס זיי האבן געהאט אלס קינד מיטן רבי'ן.
זיי האבן געוואוינט ווייט פון ריבניץ, א וועג וואס פלעגט נעמען צען שעה צו פארן, אבער מיט א געוואלדיגע מסירת נפש פלעגן זיי אהינפארן אויף שבתים. זיי פלעגן מיטנעמען דאס גאנצע עסן פאר שבת, אז דער רבי זאל האבן וואס צו עסן.
אין יענע טעג זענען נישט געווען קיין אידישע שולעס, און מ'איז געגאנגען אין די פובליק שולע. דאס האט געגעבן א געלעגנהייט פאר די סטודענטן צו פייניגן די אידישע קינדער אין שולע אויף א ברייטן פארנעם, און אין די קלאס פון משה לייב איז געווען איין סטודענט וואס פלעגט אים גאר שטארק דערגיין די יארן.
איינמאל ווען ער איז געפארן צום רבי'ן, האט ער געקלערט אז ס'איז געקומען די צייט זיך אויסצואוויינען דאס הארץ פארן רבי'ן, ער זאל אים העלפן מיט די שוועריגקייטן וואס ער האט אין שולע. זיי זענען אנגעקומען קיין ריבניץ, און משה לייב האט אנגעהויבן אויסוויינען זיין הארץ איבער דעם סטודענט וואס דערקוטשעט אים די יארן. האט דער רבי געזאגט: "קום אהער משה לייב". דער רבי האט ארויסגענומען דריי ספרים און אים געוויזן אין יעדן ספר א געוויסן שם, און ער האט געהייסן משה לייב ער זאל אינזין האבן די דריי שמות. האט משה לייב געענטפערט: "רבי, איך קען דען די שמות? דער רבי זאל אליין אינזין האבן די שמות".
נאך שבת האבן זיי זיך ארויסגעלאזט צוריק אהיים קיין מונקאטש. אנקומענדיג צוריק אין סקול, האבן זיי געזען אז עס זענען דא דראמאטישע אנטוויקלונגען וואס האלטן אלעמען געשפאנט. זיי זענען געגאנגען זיך נאכפרעגן וואס עס האט פאסירט, עפעס וואס האט ממש איבערגעקערט די גאנצע רוטין פון די שולע, און זיי האבן געהערט די נייעס, אז יענער שגץ וואס פלעגט פייניגן משה לייב איז שוין א פארגאנגענהייט.
וואס איז געווען די מעשה? ער איז ארויפגעקראכן אויף אן עלעקטעריק פאול, און איז פארברענט געווארן אויפן פלאץ.
דער רבי קומט צו די חתונה לאחר פטירה
ס'איז דא נאך א שטארקע מעשה וואס משה לייב אליין האט מיר דערציילט, ווען מיר האבן זיך געטראפן ערב ראש חודש ביים ציון.
פאר ער האט חתונה געמאכט זיין יונגסטע טאכטער, איז ער ארויסגעפארן צום ציון אינאיינעם מיט זיין פרוי און די כלה. זיי זענען דארט געשטאנען און אויסגעזאגט גאנץ תהלים, און נאכן ענדיגן תהלים האט ער ארויסגענומען אן אינוויטעישאן, און זיך אנגערופן: "רבי, איך לאדן אייך איין צו די חתונה; אבער נישט בלויז וואס איך לאדן איין, נאר רבי, שיק מיר א סימן אז דו קומסט".
זיי האבן איבערגעלאזט דעם ציון און אהיימגעפארן. דעם קומענדיגן טאג באקומט ער א טעלעפאן קאל פון ר' שבתי קארפען'ס שטוב, און דערציילט אים: "משה לייב, איך האב געהאט גאר א מאדנעם בחלום וואס איך מוז דיר דערציילן. איך האב געזען אין חלום ווי איך שטיי ביי די חופה פון דיין טאכטער, און איך זע ווי דער רבי קומט צוגיין; דער רבי בכבודו ובעצמו איז גאר געווען דער מסדר קידושין. איך געדענק ווי ס'איז מיר געווען אזוי אינטערעסאנט, אז אפילו אין חלום האט עס זיך נישט געלייגט אויפן שכל, און איך האב מיר אליין געפרעגט די שאלה וויאזוי ס'קען זיין אז דער רבי איז דא.
נאכן ענדיגן די חופה זע איך ווי דער רבי גייט אוועק. איך האב געהאט די העזה אנצוהויבן נאכלויפן דעם רבי'ן, און איך האב בשעת מעשה געשריגן: "רבי, וואו גייסטו?" אויף וואס דער רבי האט מיר געענטפערט: "איך בין געקומען נאר צו די חופה", און דאס איז די ענדע פון די געשיכטע". והוא לפלא.
לשמו ולזכרו
דער רבי האט זוכה געווען, אז טויזנטער אידן האבן זיך אנגעשעפט חיות און קדושה בחייו, און דאס גייט נאך אן ביז היינט צוטאגס, אבער ליידער האט ער נישט זוכה געווען איבערצולאזן קיין דורות. האסטו אמאל געהערט א ווארט פונעם רבי'ן דערוועגן?
דער רבי האט געהאט זיינע זאכן, וואס אויב מ'האט אים געשטערט, האט ער געדארפט אנפאנגען פון אנהייב. פרייטאג נאכמיטאג ווען ער האט אנגעהויבן 'מעביר סדרה' זיין, האט מען געמוזט שטיין אינדרויסן און ווארטן ביז ער ענדיגט, ווייל אויב מ'האט אים געשטערט האט ער געדארפט אנפאנגען פון אנהייב.
אזוי איז אויך געווען מיט תהלים, ביי קבלת פנים, ביי תיקון חצות, און בכלל - ער האט זיך אריינגעלייגט אין יעדע עבודה כל כולו, און אלעס האט געדארפט זיין ממש בשלימות.
איז געווען איין וואך פרייטאג שפעט נאכמיטאג, וואס דער רבי איז נאך געזעסן מיט טלית און תפילין, און מעביר סדרה געווען. איך האב חלילה נישט געוואלט שטערן די עבודה, נאר איך האב אזוי געעפנט א קליינעם שפאלט, צו זען וואו דער רבי האלט.
ווי נאר איך האב געעפנט דעם שפאלט, האב איך געזען אז דער רבי טוט שוין אויס די תפילין, און ער וויינט גאר שטארק. איך האב געפרעגט: "רבי, וואס איז געשען?" ער האט ווייטער געוויינט, און נישט געקענט רעדן.
אזוי וויינענדיג האט זיך דער רבי אנגערופן: "דו ווייסט דאך מיין מצב... איך בין ארויף אויבן, כ'האב גערעדט אזאלכע דיבורים וואס איך האב אין מיין לעבן נישט גערעדט..." דאס איז געווען איינע פון די איינציגע מאל וואס איך האב בכלל געהערט דעם רבי'ן וויינען איבער דעם וואס ער לאזט ליידער נישט איבער קיין דורות. זייענדיג א פוילישער גבאי, האב איך זיך נישט געשראקן, און צוריקגעפרעגט: "און וואס האט מען געענפערט?" האט זיך דער רבי אנגערופן בזה הלשון: "פאר מיר האט מען צוגעגרייט א גרעסער זאך".