א מקוה אין ריבניץ איז א שם דבר אין דער גאנצער וועלט | די היסטאריע פון דער מקוה אין עיר התורה והחסידות מאנסי וואס איז געבויט געווארן ספעציעל פאר הרה"ק מריבניץ זי"ע | די שרעקליכע שריפה, די ווידעראויפבוי פון דעם הייליגן ווינקל ביז'ן היינטיגן טאג ווען מען גרייט זיך צו באנייען די מקוה פון פריש | באר מים חיי"ם
שמואל ווייס
ליידער געווען פארשלאפט און יעדער ריר איז אים אנגעקומען מיט מורא'דיגע שוועריגקייטן, און דארט איז וואו מען האט אדורכגעפירט די טהרה אויף גופו הטהור נאך די הסתלקות.
שטייענדיג פאר'ן יארצייט פון דעם צדיק הרה"ק מריבניץ זי"ע איז פאסיג פארצושטעלן א טיפערן אריינבליק אין דער היסטאריע פון דער מקוה. אריינקוקנדיג אביסל דערין און נאכפארשנדיג טיפער האבן מיר אנגעטראפן א שיינע פאר אידן החיים אתנו ויבדל לחיים וואס האבן געהאט איד אין אויפבויען די היסטארישע מקוה.
פאר דעם צוועק האבן מיר אפגעהאלטן א שמועס מיט הרה"ח ר' שמואל גליק שליט"א א נאנטער פלומעניק פון רבי'ן זצ"ל זון פון זיין טאטן הרה"ח ר' אברהם הערש גליק ז"ל וועלכע האט זיך אסאך געפארעט און באדינט דעם רבי'ן אין די לעצטערע יארן. ר' שמואל, וועלכער איז אויפגעוואקסן אין שאטן פון רבי'ן און געאטעמט מיטן צדיק ביז'ן לעצטן טאג, געדענקט אסאך זכרונות פון יענע יארן, און מיט זיין הילף האבן מיר געמאכט א שטיקל סדר הדברים וויאזוי זאכן האבן זיך אנטוויקלט ביז ווי מען שטייט היינט.
דער רבי אין מאנסי
מען האט עס טאקע אפגעקויפט.