Skip to content
הזכירו ריבניץ - אידיש

ביי מיר האט עס פאסירט

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דער רבי שדכן'ט אן א לעבער מיט א מקבל אינעם ווייטן מעקסיקא

ליינט א האר-אויפשטעלנדע געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט בעת א צובראכענע פרוי פון מעקסיקא איז אראפגעגאנגען פונ'ם בערגל ביים ציון הקדוש, נאכ'ן פארגיסן טייכן טרערן אז איר מאן זאל טרעפן א פאסיגן לעבער-נדבן וואס זאל ראטעווען זיין לעבן ממות לחיים. פערזענליך געשילדערט דורכ'ן בעל המעשה הרב צ. א. ר. פלעטבוש:

בעת וואס איך שילדער די געשיכטע טוט זיך נאך מיין חשוב'ע ב"ב ערהוילן פון דער אפעראציע וואס זי איז אריבער דעם פארגאנגענעם כ"ג אב מיט'ן ציל צו ראטעווען דאס לעבן פון נאך א איד דורך דינען אלס נדבן פאר א לעבנסוויכטיגע איבערפלאנצונג. דער אויבערשטער זאל איר שיקן א רפואה שלימה, זי זאל זיך קענען שנעל ערהוילן און צוריקגיין צו איר געווענליכן סדר היום וואס איז פארנומען מיט אזויפיל חסד.

מיין שייכות קיין ריבניץ האט זיך אנגעהויבן נאך אסאך איידער דער פאסירונג האט זיך אפגעשפילט.

איך האב שוין די זכיה צו קומען קיין ריבניץ לאנגע יארן צום גוטן יעדן ערב ראש חודש, כאטש וואס מיין וואוינארט איז אין פלעטבוש און מ'רעדט יעדעס מאל פון א לאנגע וועג אהין און צוריק איז עס עפעס וואס איך האלט אן כמעט חק ולא יעבור.

דאס גייט שוין אן צוועלף יאר צום גוטן אדער מער. אנגעהויבן האט זיך עס מיט א ישועה וואס איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן ביי איינעם ביי אונז אין ביהמ"ד. עס האט זיך גערעדט פון א איד צו וועמען עס איז געבוירן א קינד למזל טוב, און נאך עטליכע חדשים האט מען אנגעהויבן באמערקן אז עפעס איז נישט בסדר. מען האט אריינגעפירט דאס קינד אין שפיטאל און די זאך איז געווארן גאר פארוויקלט און קאמפליצירט, ביז ווען דאס קינד איז ליידער אריינגעפאלן אין א קאומא און דאקטוירים האבן שוין כמעט אויפגעגעבן.

אין יענע טעג איז געקומען אהער א גרויסער מקובל פון ארץ ישראל פון דער באקאנטער משפחת אבוחצירא, זיין נאמען איז הרב יצחק אבוחצירא שליט"א, א גאר דערהויבענער איד. דער טאטע פונ'ם קינד איז אריינגעגאנגען זיך מזכיר זיין, און ער האט אים געהייסן גיין קיין ריבניץ. אזוי האט מען געטון און וואונדער איבער וואונדער, נאך יענעם טאג האט זיך דאס קינד אנגעהויבן אויפצואוועקן, דאס איז געווען א גרויסער וואונדער הפלא ופלא, און די דאקטוירים האבן מעיד געווען אז דא האט געמוזט זיין א העכערער און הימלישער כח וואס האט געראטעוועט דאס קינד.

עיני ראו לא זר

איך אליין האב שוין אויך זוכה געווען צו זען אסאך ישועות, אבער דאס וואס מיינע אויגן האבן געזען אין די לעצטערע טעג איז עפעס וואס איז ממש מבהיל'דיג, און ווער נאר עס הערט עס שפרינגט ממש אונטער, זעענדיג אז מ'רעדט דא פון א הימלישן כח וואס האט ממש נישט קיין ערקלערונג על פי דרך הטבע.

די מעשה האט זיך אנגעהויבן אזוי: מיין רביצין האט שוין מיט ניין יאר צוריק געגעבן א ניר, און זי האט געשפירט די געוואלדיגע זכיה צו קענען אוועקגעבן א שטיקל פון זיך פאר א צווייטן איד'ס לעבן. אין די לעצטע תקופה האט זי געוואלט נאכאמאל אונטערנעמען אזא מצוה און געבן א שטיקל לעבער פאר א צווייטן איד.

מיר זענען געגאנגען שואל עצה זיין ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואס צוגאב צו זיין גרויסקייט און סייעתא דשמיא, איז ער אויך גאר באקאנט בעולם הרפואה, און מיר האבן זיך געוואלט שואל עצה זיין מיט'ן רבי'ן איידער מיר לאזן זיך אריין אין אזא גרויסער אונטערנעמונג.

דער רבי האט אונז גאר שטארק מחזק געווען, ער האט מייעץ געווען אז מ'זאל נאר געבן די לעבער פאר א קינד, זאגנדיג אז ווען מ'גיט פאר א קינד דארף מען ארויסנעמען נאר א קליינעם פראצענט פון די לעבער, וואס דאס מאכט עס אסאך מער פארזיכערט בס"ד.

דער דאקטער זאגט ניין

נאכן רעדן מיט'ן רבי'ן האבן מיר זיך באלד פארבונדן מיט די ארגאניזאציעס וואס טוען אין דעם ענין, און מ'האט געהערט אז ס'איז דא א אינגעלע אין בני ברק וואס דארף באקומען א לעבער. ס'איז שוין געווען נאך א יונגערמאן פון בארא פארק וואס איז געווען גרייט צו געבן די לעבער, און מ'האט געגעבן די אויסוואל פאר'ן דאקטער ער זאל אויסקלויבן וועלכע פון די צוויי עס וועט זיין מער פאסיג.

דער דאקטער האט אריינגעקוקט דערין און איז צוגעקומען צום אויספיר אז היות מ'רעדט דא פון א אינגל איז מער פאסיג צו נעמען די לעבער פון א יונגערמאן, צוליב וואס דער חילוק אין די יארן איז נישט אזוי גרויס.

נו, אז דער דאקטער זאגט אזוי, זאל זיין אזוי. אבער למעשה איז מיין חשוב'ע רביצין געווען זייער צעבראכן און זי האט געשפירט אז זי וויל אויך, איר לאנג-יעריגער חלום איז יעצט געקומען אונטער א פראגע-צייכן. פון איין זייט האט דער רבי געהייסן אז מ'זאל נאר געבן פאר א קינד, און פון דער צווייטער זייט זאגט דער דאקטער אז זי איז שוין צו אלט צו קענען לכתחילה געבן פאר א קינד. נו, וואס טוט מען דא?

זי האט אנגעהויבן זאגן פאר'ן דאקטער אז זי וויל אויך שענקען א לעבער, האט איר דער דאקטער געזאגט אז עס איז דא א איד אין מעקסיקא וואס ווארט אויך צו באקומען א לעבער, און אז זי איז גרייט, קען מען איר מזכה זיין מיט דער הייליגער מצוה.

דער פאקט אז מיין רביצין האט שוין געהאט דורכגעמאכט די נויטיגע אונטערזוכונגען, האט גלייך באשטעטיגט פאר'ן דאקטער אז זי איז א גוטע "מעטש" צו קענען זיין א לעבער-נדבנית. אבער יעצט איז אויפגעקומען א רבנישע שאלה, צוליב וואס דער סקווערער רבי שליט"א האט קלאר אנגעוויזן אז מ'זאל נאר געבן פאר א קינד.

דער דאקטער האט אויסגעהערט די דילעמע און ער האט צוגעשטימט אז בעצם פארשטייט ער די זארג, אבער ער האט מסביר געווען אז היינט צוטאגס זענען דא נייע מהלכים וויאזוי מען פירט דורך דעם פראצעדור און דאס האט צוגעברענגט אז עס זאל כמעט נישט זיין קיין חילוק צווישן געבן פאר א קינד אדער פאר אן ערוואקסענעם.

דער ריבניצער רבי איז געווען שדכן

נאכן הערן וואס דער דאקטער האט געזאגט, האט מיין רביצין געזאגט אז זי הערט דעם דאקטוירישן קוקווינקל, אבער יעצט דארף זי צוריקגיין צום סקווערער רבי'ן הערן וואס דער רבי זאגט, כדי צו קענען מאכן דעם באשלוס.

מיר זענען צוריקגעגאנגען צום רבי'ן און אים דערציילט וויאזוי די זאכן האבן זיך אנטוויקלט. הערנדיג וואס מיר זאגן, האט ער צוגעשטימט און געזאגט אז אויב עס זענען דא כאטש נאך דריי דאקטוירים וואס באשטעטיגן וואס דער דאקטער זאגט, קען מען גיין ווייטער מיט'ן ביישטייערן די לעבער פאר דעם איד פון מעקסיקא.

מיר זענען צוריקגעגאנגען צום דאקטער און אים פארגעלייגט וואס דער סקווערער רבי האט אונז אנגעוויזן. מען האט אנגעהויבן מאכן ריסערטש און געפרעגט דאקטוירים וואס פארשטייען אין דעם פעלד, און כולם פה אחד האבן מעיד געווען אז ביי דעם ספעציפישן דאקטער, וואס איז גאר א גרויסער מומחה, דארף נישט זיין קיין נפק"מ און עס איז באמת נישטא וואס צו זיין באזארגט.

בשעת די גרויסע אפעראציע האב איך מיך פארבונדן מיט דער פרוי פון דעם מעקסיקאנער איד און גערעדט מיט איר, ווייל איך בין געווען נייגעריג צו הערן מער פרטים וויאזוי זיי זענען בכלל אנגעקומען אהער קיין אמעריקע.

רעדנדיג מיט איר דערציילט זי וואונדערליך אז איר מאן איז געווען גאר קראנק, און די דאקטוירים האבן געזאגט אז אויב ער גייט נישט האבן קיין לעבער איבערפלאנצונג אין די קומענדיגע צוויי חדשים, וועט שוין נישט זיין פאר וועמען צו מאכן דעם פראצעדור רח"ל.

מיר זענען זיך געגאנגען דורכשמועסן מיט אונזער לאקאלן רב צו הערן פון אים וואס מיר קענען טון עפעס צו פארלייכטערן דעם שווערן צושטאנד און ברענגען א ישועה, דער רב האט אונז גאר שטארק מחזק געווען און אונז אנגעוויזן צו גיין דאווענען ביים ציון פון הייליגן ריבניצער. דאס איז געווען א נייער דערהער פאר אונז, אבער וואס טוט מען נישט ביים דורכגיין אזא שווערע מצב.

מיר זענען אנגעקומען צום הייליגן ציון און געדאוונט א לענגערע צייט ווארטנדיג אויף א ישועה פון הימל. מיר ווייסן איז דאך ישועת השם כהרף עין, האבן מיר געהאפט אז די ריכטיגע מינוט וועט אנקומען וואס שנעלער, ווייל מיר זענען ממש געענגט אין צייט; געציילטע טעג קענען ברענגען א ישועה אויף וואס מ'ווארט שוין אזוי לאנג, אדער דאס פארקערטע חלילה.

די פרוי דערציילט ווייטער: "נאכן ענדיגן דאווענען און זיך אויסוויינען דאס הארץ ביים ציון, האבן מיר פארלאזט דעם ליכטיגן פלאץ. דאס פארקלעמטע הארץ איז שוין געווען אנגעפילט מיט האפענונג אז די ישועה איז שוין נענטער ווי ווייטער."

"מיר שפאצירן אזוי אראפ פונ'ם קליינעם בערגל אנצוקומען צום קאר כדי צו מאכן דעם וועג צוריק צום שפיטאל. מיטאמאל קלינגט דער טעלעפאן, איך זע דעם נומער פונ'ם דאקטער און מיין הארץ זאגט מיר אז דא קומט גוטע נייעס.

איך הייב אויף דעם טעלעפאן מיט א צאפלדיג הארץ און איך הער ווי דער דאקטער זאגט: 'אייער מאן זאל שוין אריבערקומען אין שפיטאל, ווייל עס איז דא א 'מעטש' וואס שטימט מיט אים און מען קען אנהייבן דעם פראצעדור.'

איך האב ממש נישט געקענט גלייבן וואס מיינע אויערן הערן. דא שטייען מיר און ווארטן אויף א ישועה שלא כדרך הטבע, און פונקט בשעת'ן מאכן דעם וועג אראפ באקומען מיר א טעלעפאן קאל אז די זאך איז מסודר."

דעם פארגאנגענעם כ"ג אב איז פארגעקומען די לעבער-איבערפלאנצונג, ווען מיין ב"ב האט זיך אראפגעלייגט אויפ'ן שפיטאל בעטל פאר א צווייטן איד. דעמאלט איז געשען דער צאמשטעל וואס דער הייליגער רבי האט אנגעדרייט: פון איין זייט איז געלעגן מיין רביצין וואס האט שוין אזוי לאנג געוואלט דאס טון, און פון דער צווייטער זייט איז געלעגן דער צעבראכענער איד וואס האט זיך געוואלגערט צווישן לעבן און טויט, נישט וויסנדיג וואס דער מארגן גייט ברענגען, און א תפילה ביים רבי'נס ציון האט דאס וואונדערליך צאמגעברענגט.

דריי ישועות אויף אמאל

ליינט א וואונדערליכע געשיכטע וויאזוי א חשוב'ער מרביץ תורה איז אנגעקומען צו ארבעטן אין תלמוד תורה ריבניץ, נאכ'ן מתפלל זיין אומאויפהערליך ביים ציון הקדוש, בעת ער האט זוכה געווען צו נאך ישועות אויף וואס ער האט ארויסגעקוקט בכליון עיניים. געשילדערט דורכ'ן בעל המעשה זעלבסט.

ס'ווערט שוין צוויי יאר זינט יענעם טאג, אבער איך וועל עס קיינמאל נישט פארגעסן. מ'האט געהאלטן נאך א חודש תשרי אן קיין ארבעט, עס איז אוממעגליך מסביר צו זיין וואס דאס מיינט צו לעבן א חודש תשרי אן קיין געהעריגער פינאנציעלער הכנסה. דער וואס האט עס נאכנישט געשפירט אויף די אייגענע הויט וועט עס נישט פארשטיין.

מען דארף גיין איינקויפן קליידונג פאר די קינדער, מען דארף קויפן עסן און אלע געברויכן, אבער ס'איז נישטא גארנישט - עס איז פשוט נישטא קיין געלט. די ב"ב רופט בעטן געלט פאר וויכטיגע באדערפענישן, און מען קלאפט זיך אין קעשענע איינמאל און נאכאמאל פילייכט איז אריינגעפאלן עטליכע דאלער פון עפעס א לאך.

אזוי איז מען אנגעגאנגען דעם גאנצן חודש נישט וויסנדיג וואס דער מארגן וועט ברענגען. עס איז געווען מוצאי שמחת תורה, נאך א דערהויבענעם יום טוב. בעת דער מח האט אנגעהויבן מאכן פלענער פארן לאנגן ווינטער, האב איך געשפירט אז איך מוז עפעס טון צו ברענגען א טויש. אבער טאטע אין הימל, וואו הייבט מען אן? וואס קען איך טון צו טרעפן אן ארבעט? עס איז נישט אזוי אז איך בין געזעצן מיט פארלייגטע הענט און געווארט אויף א ישועה; איך האב שוין פרובירט אזוי פיל, אבער גארנישט האט זיך אויסגעארבעט.

באזונדער איז די משפחה אונטערגעוואקסן און די הייזקע איז געווארן קלענער פון טאג צו טאג. מ'האט זיך געטראפן אריינשפאצירן אין די קינדער וואו מ'איז נאר געשטאנען, און ס'איז איבעריג צו זאגן אז ווען דער מצב ווערט זייער אנגעלייגט, איז דאס אויך נישט קיין טובה פאר די הצלחה פון א שטוב. בקיצור, מ'האט געווארט אויף גרויסע ישועות.

"מ'גייט קיין ריבניץ!" האט זיך מיר אנגעצונדן א חשק. איך האב ממש געשפירט אז ריבניץ זיין דער ריכטיגער אריינטריט צום ווינטער, מיט האפענונג אז דאס זאל זיין דער מקום וואו איך וועל קענען פועלין א ישועה און ווערן אויפגעראכטן מיט א בעסערער פרנסה.

אנקומענדיג צום שטח פון בית החיים איז שוין דארט אנוועזנד געווען א ריזן ציבור אידן, מ'האט שוין געדארפט זוכן פארקינג. איך האב אבער ממש נישט באמערקט קיין מענטשן, איך בין געווען אזוי אריינגעטון אין מיין אייגן לעבן אז איך האב נישט געוויסט וואו אויף דער וועלט איך געפין מיך.

אזוי האט מען געמאכט דעם וועג ארויף, בשעת מ'האט ארויסגעקראצט עטליכע דאלער פון טאש צו געבן צדקה לזכות פון מיין פאמיליע מיט אלע ענינים.

אנקומענדיג צום טישל פאר'ן ריבניצער תלמוד תורה, וואס האט אויפגעשטעלט א הערליכן מקום תורה וואו הבל פיהם של תשב"ר איז אלעס לשמו ולזכרו פונ'ם צדיק, האב איך מיך אפגעשטעלט און געמאכט א מינוט התבוננות צו זען וואס איך קען מיך אונטערנעמען.

דאס מציאות איז געווען אז בעת איך בין דארט געשטאנען האב איך גארנישט געקענט אונטערנעמען, דאס מערסטע וואס איך וואלט געקענט צאמקראצן וואלט געווען צען דאלער. אבער אזויווי מ'איז געשטאנען דא ביי אזא גרויסן מקום ישועות, איז מיר אריינגעקומען אין מחשבה אזא מהלך אז מ'גייט דא מאכן "ביזנעס". איך זאג פאר'ן גבאי צדקה דארט אז איך וויל אונטערנעמען א קבלה, אבער דאס גייט נאר זיין על תנאי.

ער נעמט ארויס א צעטל און לאזט מיר אראפשרייבן מיין קבלה. איך האב גענומען דאס פאפיר און ארויפגעשריבן דריי באזונדערע קבלות: די ערשטע איז געווען אז אויב איך טרעף א גוטע ארבעט פאזיציע בין איך מקבל צו געבן 360 דאלער פאר'ן מוסד.

די צווייטע קבלה איז געווען אז אויב איך וועל טרעפן א גוטע דירה וועל איך געבן נאך 360 דאלער. און די דריטע קבלה איז געווען אז אויב מיין ב"ב וועט טרעפן אן ארבעטס-פאזיציע, וועל איך מוסיף זיין נאך 360 דאלער.

בסך הכל האט מען גערעדט פון איבער טויזנט דאלער. איך האב געשפירט אז זיך אונטערצונעמען אזא סומע אין אזא מקום קדוש, בתנאי אז דאס וועט ברענגען גוטע רעזולטאטן כדי איך זאל האבן פון וואו צו נעמען די נדבה, איז גאר א שטארקע אונטערנעמונג; עפעס אויף וואס איך וועל דארפן שטיין אפילו אויב עס וועט מיר זיין שווער אפצוגעבן די נדבה, ווייל יענע תקופה האב איך שוין גאר שטארק געזונקען אין חובות אויך.

נאכן ענדיגן שרייבן דעם צעטל האב איך עס איבערגעגעבן פאר'ן גבאי צדקה ביים טישל, ער האט מיר ממש געגעבן צו שפירן מיט א זיכערקייט אז איך גיי בעזר השם האבן א ישועה, ער האט מיר געזאגט אז ער האט שוין מיטגעהאלטן אזויפיל אידן וואס האבן זוכה געווען צו ישועות שלא כדרך הטבע.

פון דארט בין איך געגאנגען ווייטער צום גרויסן שאטער, וואו מיין אנוועזנהייט האט זיך אויסגעמישט מיט די הונדערטער אידן וואס זענען געקומען דאווענען. איך האב געזען אז ביים קבר וועל איך נישט קענען שטיין קיין לאנגע צייט, האב איך זיך געשטעלט אין א זייט מיט מיין תהלימ'ל און אנגעהויבן אויסוויינען דאס הארץ כתינוק הבוכה. מיטאמאל זענען ארויפגעקומען אלע שוועריגקייטן אויף אמאל, אלעס האט זיך באוויזן אין דער עפנטליכקייט, דא איז געווען אוממעגליך צו באהאלטן די הרגשים.

איך האב אנגעהויבן וויינען אויף די שוועריגקייטן וואס מיין פאמיליע האט מאכט מיט, אלעס צוליב דעם אומדערטרעגליכן פינאנציעלן דרוק וואס נעמט נישט קיין עק.

נאכ'ן שטיין דארט א לענגערע צייט האב איך געשפירט ממש אויסגעוואשן. איך האב געפילט מיין בקשה איז נתקבל געווארן, און מיין אינערליך געפיל איז געווען אז מען האט דא גע'פועל'ט א ישועה.

נאכ'ן אריבערגיין אזא לאנגע נאכט מיט אזויפיל איבערגענומענע הרגשים, האב איך געמאכט דעם וועג אראפ מיט א פארזיכערט געפיל אז מ'האט גע'פועל'ט א ישועה. איך בין געווען זיכער אז נענטער ווי ווייטער גייען זיך זאכן אנהייבן ריקן אין די גוטע ריכטונג.

דריי טעג נאך אסרו חג סוכות האט זיך מיין טעלעפאן צעקלונגען. אויפ'ן טעלעפאן רעדט צו מיר איינער פון די איינגעשטעלטע פון מוסדות ריבניץ, און ער פרעגט מיר אויב איך וואלט געוואלט קומען ארבעטן אין ריבניצער תלמוד תורה.

א יאר שפעטער אסרו חג סוכות האב איך שוין געוואוינט אין מיין נייער הערליכער דירה וואס איז געווען ממש געוואונטשן. פארשטייט זיך אז מ'האט זיכער געמאכט אפצוגעבן די דריי הונדערט און זעכציג דאלער.

הערנדיג די שאלה האט מיר ממש געכאפט א טרייסל, און פון גרויס התרגשות האט מיר גענומען א וויילע צו קומען צום ווארט. איך האב פרובירט צו שטופן אלע הרגשים אין א זייט כדי אים צו מאכן שפירן אז איך בין מוכן ומזומן פאר די ארבעט; עס איז עפעס וואס רעדט צו מיר און עס איז ממש א לכתחילה שבלכתחילה.

מ'האט אפגעשמועסט א צייט זיך אראפצוזעצן אויסארבעטן די ווייטערדיגע פרטים. אין קורצן: איך שטיי שוין יעצט צוויי יאר שפעטער, און ב"ה איך בין געווארן אן אַנגעשטעלטער אין דעם הייליגן מוסד, וואס דאס איז ממש א זכיה וואס איך קען נישט גענוג ארויסשרייבן. די ישועה איז געקומען מיט אזא שטארקייט און איז געגאנגען אסאך ווייטער ווי מיינע ערווארטונגען און האפענונגען.

די מעשה האט זיך אבער נישט אפגעשטעלט דא. צוויי וואכן שפעטער באקומט מיין ב"ב א קאל פון א חבר'טע מיט וועמען זי פלעגט ארבעטן אין דער פארגאנגענהייט, און יענע פרעגט איר אזוי דרך אגב אויב זי וואלט געקענט אננעמען נאך ארבעט. פאר מיין ב"ב איז דאס געווען א געוואלדיגע, לאנג-ערווארטעטע טעלעפאן רוף, און נאכ'ן הערן די פרטים האט זיך ארויסגעשטעלט אז די רעדע איז פון א ארבעטס-פאזיציע וואס איז ממש געגאסן פאר איר. זי האט טאקע באקומען די פאזיציע און דאס האט מיר מחייב געווען צו געבן די צווייטע דריי הונדערט און זעכציג דאלער.

אבער די מעשה שטעלט זיך נאך נישט אפ דא. וואס טוט זיך מיט א הויז? דאס איז שוין נישט געגאנגען אזוי איינס-צוויי. ערשטנס זענען מיינע פינאנציעלע מעגליכקייטן געווען גאר שווער, און איך האב מיך אפילו נישט געקענט זען אריינשפרינגען אין אזא גרויסער אונטערנעמונג, אבער ביסלעכווייז האבן זאכן זיך אנגעהויבן זעצן און מ'האט שוין געקענט אנהייבן קלערן פון אריינקוקן דערין.

צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, א יאר שפעטער אסרו חג סוכות האב איך שוין געוואוינט אין מיין נייער הערליכער דירה וואס איז געווען ממש געוואונטשן. פארשטייט זיך אז מ'האט זיכער געמאכט אפצוגעבן די דריי הונדערט און זעכציג דאלער.

תשפ"ו, ווען איך בין ארויפגעגאנגען צום ציון הקדוש, איז עס שוין געווען אונטער גאר א צווייטן איינדרוק. איך בין שוין געקומען מער בתורת הכרת הטוב, אפצוגעבן א יישר כח פארן רבי'ן וואס האט זיך אזוי שטארק געמיט פאר מיר דארט אויבן און איינגעריסן וועלטן אז מיין מזל זאל זיך טוישן צום גוטן. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.

More in this printout

View the whole printout