Skip to content
השמיעיני את קולך - אידיש

א גאר דערהויבענע מעמד 'כוללות קוויטל' בחצר הקודש סקולען אין לעיקוואד פאר די איבער 250 בחורים וואס האבן זיך אונטערגענומען קבלות טובות צו שטיין ווייט פון די נסיונות פון טעכנאלאגיע

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

א גאר דערהויבענע מעמד 'כוללות קוויטל' איז אפגעהאלטן געווארן בחצר הקודש סקולען אין לעיקוואד ווען הונדערטער בחורי חמד וואס האבן זיך אונטערגענומען קבלות טובות בעניני טעכנעלאגיע דעם פארגאנגענעם ניסן בין הזמנים כרצון קדשו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א (ווי דאן באריכטעט דא אין השמיעיני) האבן געהאט די זכי' מיטצוהאלטן דערהויבענע מאמענטן ווען דער רבי האט געליינט די איבער 250 נעמען אין א ספעציעלן כוללות קוויטל לקראת ימי הרחמים והרצון.

דער מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט די דרשה פונעם ראש חבורה הרה"ג ר' חיים יהודה עסטרייכער שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון אזא מעמד, זאגנדיג אז אפילו מ'שטייט אין די הייליגע טעג ווען יעדער איז אזוי פארנומען דאך קומט מען זיך צוזאמען, דאס מאכט א געוואלדיגע רעש אין הימל.

דערנאך האבן די בחורים געהאט די זכי' מקבל פנים צו זיין דער רבי שליט"א וואס האט אוועקגעגעבן פון זיין טייערע צייט און אזעלכע פארנומענע טעג צו קומען מחזק זיין די חשוב'ע בחורים, צום ערשט האט דער רבי געזינגען די הארציגע ניגון תפן אלינו ברחמים און נאך עטליכע ניגונים.

דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן ארויסברענגענדיג ווי די בחורים וועלן האבן א זכות צום יום הדין, און אז מ'דארף זיך האלטן שטארק אפי' ווען ס'קומט צו שווערע נסיונות, אויך האט דער רבי דערמאנט ווי דער טאטע הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע פלעגט אין יעדן דרשה פון די ירח האיתנים פון מעורר זיין איבער די נסיונות פון טעכנאלאגיע.

דערנאך האט דער רבי'ס זון הרה"צ ר' גבריאל יהודה שליט"א איבערגעגעבן די כוללות קוויטל, בשעת דער רבי האט געליינט די איבער 250 נעמען.

דערנאך האבן די בחורים געזינגען די התעוררות'דיגן ניגון פונעם הייליגן רוזינ'ער רבי'ן זי"ע וואס מ'זינגט פאר קידוש, מ'האט געקענט טאפן די התעוררות אין לופטן בשעת די רבי האט פאר א לענגערע צייט געליינט דעם קוויטל און געווען מעתיר למען הכלל והפרט.

נאכן ליינען די קוויטל האט מען געהאט די זכיה צו הערן קורצע ברכת קודש פונעם רבי'ן וואונטשענדיג פאר אלע בחורים ברכות לרוב און א כתיבה וחתימה טובה.

דערנאך האבן אלע בחורים געהאט די זכיה אריינצוגיין אל הקודש פנימה.

More in this printout

View the whole printout