Skip to content
השמיעיני את קולך - אידיש

מיט וועלכע מצוה פרייען מיר זיך מער

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

מלאכים און ער זאגט צו זיי 'קוקטס ווי מיינע ליבע אידישע קינדערלעך זענען מיר אזוי געטריי'.

בפרט ווען עס קען זיך אמאל מאכן אז איינע פון די מצוות קומט אן מיט שוועריגקייטן, דעמאלטס איז די נחת רוח פארן בורא כל עולמים אסאך גרעסער און שטערקער.

יעצט איז די צייט

מיר קענען אבער נישט מאכן יעדן טאג סעודות און טאנצן ריקודים ארויסצואווייזן אונזער שמחה וואס מיר האבן אויף דער געוואלדיגע זכיה אז מיר קענען מאכן א נחת רוח פארן בורא כל עולמים, וויבאלד דאס וועט אפשטעלן אונזער גאנצע סדר היום.

אבער ווען עס קומט אזא הייליגע יום טוב, און אידן נוצן אויס די צייט צו טאנצן ביי שמחת בית השואבה, ביי הקפות, און אין אנדערע זמנים, איז שטארק וויכטיג אויך אריינצולייגן אין דעם שמחה של מצוה אויף די געוואלדיגע זכיה וואס מיר האבן אז מיר קענען יעדן טאג מאכן אזויפיל נחת רוח פארן בורא כל עולמים, און צוזאמען מיט די שמחת יום טוב דארפן מיר זיך פרייען אויף דעם 'אתה בחרתנו מכל העמים, וקדשתנו במצותיך, וקרבתנו מלכנו לעבודתך'.

זיך פרייען מיט א מצוה

אין דעם געהויבענעם פרייליכן יום טוב ווען קינדער זיצן און פרייען זיך מיטן יום טוב, מיט דעם רבונו של עולם און מיט זיין תורה ומצוות, איז טאקע די צייט זיך מתבונן זיין אין די ריזיגע זכיה וואס מיר האבן אז מיר קענען מאכן א נחת רוח פארן בורא כל עולמים.

דער אויבערשטער האט אונז מזכה געווען מיט א שיעור מצוות כדי אונז צו ברענגען נענטער צו אים און מיר זאלן זוכה זיין דורכדעם צו אלעס גוטס אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.

כמעט יעדער איד האט שוין געפילט א דערהויבענע געפיל פון שמחה ווען עס איז אים אויסגעקומען א געלעגנהייט זוכה זיין צו טון אן אויסטערלישער זעלטענע מצוה. די הארץ ווערט איבערגענומען מיט געוואלדיגע שמחה און פרייד און מ'פילט זיך נאנט צום אויבערשטן.

ווען א איד איז זוכה צו זאמלען א ריזן סכום געלט חתונה צו מאכן א יתום, אדער ווען א איד איז זוכה צו ראטעווען א צווייטע איד ממות לחיים, אדער ווען מ'איז זוכה צו זיין א פארמיטלער און מאכן שלום צווישן צוויי אידן וואס האבן געהאט א שווער הארץ איינער אויפן צווייטן, אדער ווען מ'איז זוכה צו מסיים זיין ש"ס, אדער נאך פיל אזעלכע גרויסע מצוות, ווערט מען אינגאנצן איבערגענומען פון גליק. מ'לויבט און מ'דאנקט דעם אויבערשטן אז מ'האט געהאט די זכי' צו אויספירן אזא ריזיגע מצוה און מיט דעם מאכן א ריזיגע נחת רוח פארן בורא כל עולמים.

בפרט ווען די מצוה קומט אן שווער און מ'האט זיך געדארפט שטארק אנשטרענגען דאס צו טון, דעמאלטס איז דער געפיל אסאך שטערקער. דעמאלטס ווערט דאס הארץ איבערגענומען פון פרייד און גליק וויסענדיג און גלייבענדיג אז וויפיל שווערער א מצוה קומט אן אלס מער שכר וועט מען באקומען אויף דעם, וויבאלד דער אויבערשטער האט א גרעסערע נחת רוח פון א מצוה וואס קומט אן

אן מיט שוועריגקייטן.

יעדן טאג מיט יעדע איינציגע מצוה

באמת וואלטן מיר געדארפט לויבן און דאנקען דעם אויבערשטן יעדן איינציגן טאג פון אונזער לעבן. יעדן טאג פון א איד איז דאך פול מיט מצוות און מעשים טובים וואס ער איז זוכה צו טון, און יעדן טאג איז מען זוכה צו מאכן א געוואלדיגער נחת רוח פארן בורא כל עולמים מיט אלע אונזערע מצוות ומעשים טובים וואס מיר טוען.

מיר קענען נישט אפשאצן די נחת רוח וואס דער אויבערשטער האט פון איין שמונה עשרה וואס מיר דאווענען; מיר קענען נישט אפשאצן די נחת רוח פון איין ווארט תורה וואס מיר לערנען; מיר קענען נישט אפשאצן די נחת רוח פון איין חסד וואס מיר טוען מיט א צווייטע איד; מיר קענען נישט אפשאצן די נחת רוח פון לייגן איין תפלין און פון איין מינוט פון ציצית; און מיר קענען נישט אפשאצן די נחת רוח פון איין מאל מקיים זיין כיבוד אב ואם.

יעדע מצוה איז גאר גאר חשוב ביים אויבערשטן, און דער אויבערשטער כביכול שטאלצירט זיך מיט אונז יעדע מינוט און יעדע שעה. ער רופט צו זיינע

זיך פרייען מיט אנטלויפן פון אן עבירה

פונקט ווי מען דארף זיך פרייען מיט מצוות וואס מיר זענען זוכה צו טון, דארפן מיר זיך נאך מער פרייען ווען מיר האבן די געלעגענהייט צו אנטלויפן פון אן עבירה.

מענטשן וועלן טאנצן ריקודים ביי א סיום מסכתא, ביי הכנסת ספר תורה'ס, ביי שמחת החתונות, און נאך מצוות, אבער מ'זעט נישט מענטשן זאלן טאנצן פאר שמחה נאך וואס זיי האבן זוכה געווען זיך אפצוהיטן פון א לשון הרע, נאך וואס זיי האבן זוכה געווען אפצוהיטן דעם גאנצן שבת קודש און

געבט דאס כח ווייטער אנצוגיין.

נישט דורכגעפאלן מיט קיין שום איסור, נאך וואס מ'איז נישט געשטרויכעלט געווארן מיט נישט כשר'ע עסן, וכדומה.

אבער באמת איז פונקט אזוי וויכטיג זיך צו פרייען מיט אנטלויפן פון אן עבירה ווי מיטן טון א מצוה, ווייל די נחת רוח וואס דער אויבערשטער האט ווען א איד היט זיך אפ פון אן עבירה איז אסאך א העכערע נחת רוח ווי טון א מצוה.

עס איז נישט מעגליך זיך פארצושטעלן די געוואלדיגע שמחה אין הימל ווען א איד אנטלויפט פון אן עבירה, בפרט ווען די נסיון קומט אן שווער, און נאך מער ווען די נסיון קומט אן זייער שווער. די עת רצון וואס פאסירט ווען א איד אנטלויפט פון אן עבירה איז ריזיג גרויס, וויבאלד די נחת רוח איז טאקע אסאך שטערקער, דערפאר איז פונקט אזוי וויכטיג מ'זאל זיך פרייען מיט דעם אז מ'איז אפגעהיטן פון מכשולות ווי ווען מ'טוט א מצוה. [דא איז נישט די פלאץ צו ברענגען מראי מקומות אבער דאס ווערט געברענגט אין אן א שיעור ספרים].

דער שמחה פון אנטלויפן פון אן עבירה איז אפשר גאר וויכטיגער ווי די שמחה מיטן טון א מצוה, ווייל ווען א איד פריידט זיך נאך וואס ער איז אפגעהיטן געווארן פון א מכשול, ברענגט דאס אריין אין אים א גאוה דקדושה, און דאס געבט אים די דרייסטקייט און די שטארקייט זיך צו קענען האלטן פעסט אין צייט פון א נסיון.

אמת אז יעדע מצוה איז זייער חשוב, מיר ווייסן נישט וועלכע מצוה וואס מ'טוט.

דאס זיך פרייען מיט א שמחה של מצוה אויף דעם אז מ'איז אפגעהיטן, געבט די חיזוק צו קענען אנהאלטן ווייטער די שמירה און די קדושה און בלייבן ערליך אפילו ווען עס וועלן קומען נאך נסיונות.

עס איז טאקע נישט מעגליך צו פראווען די שמחה פון זיין אפגעהיטן פון אן עבירה אויף א גרויסע פארנעם, אבער פון צייט צו צייט ווען מ'פריידט זיך סיי ווי און מ'טאנצט סיי ווי, איז כדאי דעמאלס זיך צו פרייען א שמחה של מצוה מיט דעם אז מיר זענען אפגעהיטן פון עבירות, און דאס ברענגט א געוואלדיגער נחת רוח פארן בורא כל עולמים.

דערפאר זאל מען זען דעם יום טוב אריינצולייגן געפילן פון שמחה אין די שמחת יום טוב, און דאנקען דעם אויבערשטן אויף די געוואלדיגע זכיה פון 'אתה בחרתנו מכל העמים, וקדשתנו במצותיך, וקרבתנו מלכנו לעבודתך'. מ'זאל דאנקען און לויבן אויף דעם אז מיר קענען אנטלויפן פון יעדע חשש עבירה און פון יעדע חשש מכשול, וויבאלד מיט

דעם מאכן מיר א געוואלדיגע נחת רוח פארן בורא כל עולמים, און ווען מ'פראוועט א שמחה של מצוה פרייען מיר זיך מיט אונזער התעוררות פון נישט קריכן אין די מקומות המטונפות פאר התעוררות...

אנו שמחים והם שמחים

וויבאלד די יצר הרע ווייסט דער גרויסע כח פון שמחה של מצוה, וועט ער מאכן זיכער אז ווען מ'טוט א מצוה דורך נישט אויסגעהאלטענע וועגן זאל מען מאכן דערפון א ריזיגע טראסק און געראטשקע, אזוי אז אנדערע וואס זענען אפגעהיטן און זענען נישט קיין חלק פון דער סארט מצוה, זאלן זיך שפירן אויסגעשפילט און נאכגעלאזט.

אבער אז די גרעסטע שמחה איז דאס אז מיר זענען אפגעהיטן. דאס אנטלויפן פון סיי וועלכע חשש פון מכשול איז אסאך א גרעסערע שמחה ווי סיי וועלכע מצוה וואס מ'טוט.

בשעת וואס געוויסע מאכן באשטעלטע סעודות און מ'קומט זיך צוזאם צו קוקן מאוויס און מאכן ליצנות כדי צו קענען טון חסד, טוען מיר זיך פרייען אז מיר באטייליגן זיך נישט דארט וויבאלד מיר ציטערן פון טון עפעס וואס דער אויבערשטער האט נישט ליב...

בשעת וואס געוויסע טאנצן גרויסע ריקודים ווען מ'ריטשט א גאול ביי אן אנליין קאמפיין, טוען מיר זיך פרייען אז מיר האבן די געלעגענהייט נישט צו זיין א חלק פון דעם ווייל מיר ציטערן פון די מכשולות וואס דאס ברענגט...

בשעת וואס געוויסע זענען שטארק איבערגענומען פון נייע רעיונות איבער שמירת עינים פון די קליפס וואס זיי האבן געזען אין אידיש און אין ענגליש, טוען מיר זיך פרייען אז אונזער שמירת עינים באשטייט טאקע פון בכלל נישט קוקן ווידיאוס און קליפס...

בשעת וואס געוויסע פילן זיך בשמחה מיט שיעורים וואס זיי האבן געהערט אנליין, טוען מיר זיך פרייען אז אין די צייט זענען מיר אפגעשיידט פון סיי וועלכע סייט וואס איז נישט קיין צורך פרנסה באמת...

בשעת וואס געוויסע פילן זיך דערהויבן פון די

התעוררות וואס זיי האבן געהאט ביים מיטהאלטן די הדלקה - לייוו אדער נישט לייוו, טוען מיר זיך פרייען אז מיר מאכן א ריזיגע קידוש ה' מיטן זיך פירן ערליך...

בשעת וואס געוויסע פילן זיך שטארק 'קאנעקטעד' צום אויבערשטן דורכן זען עטליכע מוזיק קליפס וואס ברענגען דאס ארויס גאר פראפעסיענאל, טוען מיר זיך פרייען אז אונזער נאנטקייט צום אויבערשטן באשטייט פון אנטלויפן פון עבירות...

בשעת וואס געוויסע פילן זיך גליקלעך פון די חינוך און שלום בית לעקציעס וואס זיי האבן מיטגעהאלטן אויף זאאם, טוען מיר זיך פרייען אז מיר געבן איבער א געזונטע אפגעהיטענע חינוך פאר אונזער שטוב מיטן זיין א ערליכע טאטע מאמע און אזוי מחנך זיין אונזערע קינדער...

בשעת וואס געוויסע פילן זיך 'אינספייערד' נאכן וואטשען א פאדקעסט ווי יענער לייגט אראפ מיט אלע קאלירן די דורכפעלער פון זיין גאנצע אויפציאונג, טוען מיר זיך פרייען אז מיר זענען גליקליכע צופרידענע מענטשן וואס זענען שטאלץ מיט אונזער חינוך און ווייסן אונזערע גדרים וסייגים...

בשעת וואס געוויסע פילן ווי זיי בארייכערן זייערע ידיעות דורכן אפזיצן אויף די אזוי גערופענע 'היימישע' פארומס און סייטס, טוען מיר זיך פרייען אז מיר האבן קונה געווען נאך א שעה און נאך א שעה פון ריינקייט שטייענדיג ווייט פון ווערן אריינגעשלעפט אין אן ענדלאזע תהום...

בשעת וואס געוויסע פילן זיך מורא'דיג גוט צו זיין

More in this printout

View the whole printout