הרה"ג ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א
איך רעד אסאך מיט מענטשן וואס האבן סמארטפאונס און אלע זינגען דעם זעלבן ניגון: "ס'איז דערנאך, א דבר האבוד, אלע האבן עס..."
דו ווייסט וואס עס דערמאנט מיר?
איינער האט אמאל געהאט א יונגל – כתה ד' אדער ה' – וואס איז אהיימגעקומען פון חדר די טאג פון א בחינה, און דארף דערציילן זיין טאטע אז ער האט באקומען א זערא. ווי אזוי דערציילט ער עס פאר זיין טאטע?
"טאטי, היינט איז געווען זייער א שווערע בחינה, קיינער האט נישט געקענט... און איך אויך נישט..."
די אמת איז זייער פשוט. ס'איז געווען א גרינגע בחינה און אלע האבן געקענט חוץ פון אים.
זאג איך פאר די אלע סמארטיסטן, דער יונגעלע האסטו נאכנישט אויסגעוואקסן... דו רעדסט דער זעלבע שפראך ווי אלס קליין קינד.
"ס'איז א שווערע נסיון, קיינער קען עס נישט באווייזן... און איך אויך נישט..."
יונגערמאן! עס זענען דא הייליגע יונגעלייט וואס קענען און דו ביסט ליידער נאך א בעל תאווה! דאס איז די גאנצע זאך. דו מיינסט טאקע אז מען קען נישט?!
הרה"צ רבי שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל פלעגט זאגן ביי די דרשות אז מענטשן פלעגן טענה'ן אז ביז א פאר יאר ארום וועט נישט זיין מעגליך צו עפענען א פרידזשידער אן אינטערנעט. ס'איז דערנאך.
האט ער געענטפערט, "איך הער וואס דו זאגסט. ס'איז דא איין עצה: דער אויבערשטער וועט מוזן העלפן! דאס איז דיר נישט איינגעפאלן, ניין?!"
מיר פירן נישט דער וועלט פאר'ן אויבערשטן. מענטשן מיינען אז ס'איז פשוט ארויס פון קאנטראל, אין הימל האט מען אויפגעהויבן א ווייסע פאן, 'טוטס וואס עטץ ווילטס' חס ושלום.
ניין! ס'איז א נסיון. ס'איז דיין נסיון. יעדע נסיון אין שמירת עינים, אין יעדע ענין פון שמירה וקדושה איז דיין פריוואטע נסיון וואס דער אויבערשטער האט דיר געגעבן.