Skip to content
השמיעיני את קולך - אידיש

ווער גיבט פאר דאס קינד די שטארקייט צו זאגן "ניין!"

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

א בחור האט זיך ארומגעדרייט אויף די גאסן, יעדער ווייסט וואספארא ביטערע מצב עס איז מיט די פופצן, זעכצן, זיבעצן יעריגע בחורים'לעך וואס זענען נישט אין ישיבות... ער האט געזוכט צו מאכן געלט, איז ער צוגעגאנגען צו א יונגל אין א היימישע געגנט אין מאנסי, ארויסגענומען א כלי פון טאש, און עס אים געוויזן. "ס'איז א 'לאודעד' כלי" זאגט ער פאר'ן יונגל. ברענג מיר $400 און ס'איז דיינס.

ווילאנג מיינסטו עס האט גענומען? פופצן מינוט שפעטער איז דער קינד געווען צוריק מיט די געלט. ער איז גלייך געגאנגען צו נאך עטליכע קינדער, דער האט געברענגט א צוואנציגער, דער האט דא מער און דער בחור האט זיי געגעבן דעם סמארטפאון און זיי האבן זיך געזעצט אויף א פארטש ערגעץ קוקן.

ווי אזוי איז מען געוואויר געווארן פון דעם ?

איין יונגל צו וועמען ער איז ארומגעגאנגען בעטן געלט האט געזאגט "ניין!" און איז אהיימגעגאנגען, אבער ער האט געציטערט צו דערציילן.

זיין מאמע האט געזען אז ער איז נישט ביי זיך, און זי האט אים געפרעגט, "וואס איז געשען?"

"גארנישט."

"יענקי, זאג מיר וואס איז געשען?"

"איך האב מורא."

עס האט גענומען א פאר שעה ביז מען האט געמאכט דעם יענקעלע רעדן. דאס קינד האט קוים ארויסגעשטאמלט וויסענדיג אז ער וועט כאפן פון זיינע חברים...

למעשה האט מען גערופן דעם און יענעם און מען איז אנגעקומען צו זיי, אבער עס האט גענומען צוויי ביטערע טייערע טעג ביז מען האט צוריקבאקומען די פאון פון זיי. 6-7 קינדער זענען געזעסן אויף דעם און זענען גע'שחט'ן. נישט פארקילט געווארן, נישט באקומען אן אינפעקשין, זיי זענען געווארן 'שעלד אוט'. ס'איז גארנישט דא מער.

און זיי זענען נאך נישט אינגאנצן צוריקגעקומען.

פון וואס איז עס געקומען? פון אייינער וואס איז צוגעקומען צו זיי אויפן גאס, שפילנדיג אין פארנט פון זייערע הייזער. וועט מען פרעגן, איז וואס קען מען טון? דו גייסט האלטן דיין קינד פארשפארט אין א שאפע?

די תירוץ איז, די קינד דארף קענען אליינס האבן די שטארקייט צו זאגן 'ניין'! אבער ווער וועט זיי געבן די כח צו זאגן ניין? און וואס וועט זיין ווען ער ווערט פופצן און ער דארף נאר האבן $40 און צען מינוט זיך אליינס איינצוהאנדלען אזוינס?

א קינד וואס וואקסט אויף אין א שטוב וואו טעכנאלאגיע איז א 'פרענדלי' דעווייס, מען ענדזשויט זיך, גייט ער האבן דעם כלי. ער האט נישט די כח צו זאגן ניין.

ס'איז נישט א הבטחה, און נישט קיין סטראשע, און נישט קיין עונש. ס'איז פשוט א מציאות. פארוואס זאל ער עס נישט האבן? ס'ציעט. אויב א מאמע זאגט 'ס'איז מיר שווער אוועקצולייגן אזא פאון, ס'איז אזוי קאנוויניענט', וועט דיין קינד עס פילן צען מאל מער ווי דעם.

דאס איז יעצט ווען דו האסט א שעפעלע פון דריי-פיר יאר. דער יונגל גייט זיין א בחור אין צען יאר ארום. ער גייט אויפוואקסן אויף א גאס וואס איז צען יאר ערגער ווי היינט. ווער גייט אים געבן די כח צו זאגן ניין?

מענטשן זאגן, ניין, דאס איז נישט די וועג. מען דארף עס האבן און מחנך זיין די קינדער ווי אזוי עס צו נוצן. איך הער דעם קשיא כסדר.

די אמת איז, מען דארף טאקע מחנך זיין די קינדער, אבער מיט וואס? - מיט איין שורה וואס אלע גדולי ישראל האבן אוועקגעשטעלט:

"אויב מען מוז עס נישט האבן, טאר מען עס נישט האבן."

אמת, עלטערן מוזן האבן געוויסע דעווייסעס, אמאל א קאמפיוטער, אמאל מיט אינטערנעט, אמאל א טאבלעט, זייער זעלטן פאר א יונגערמאן צו מוזן האבן א סמארטפאון.

אויב מען מוז, דארף מען געדענקען, אז מען האט נאר וואס מען מוז, נאר ווען מען מוז, נאר וואו מען מוז - און ווי אזוי מען מוז. אבער אויב א קינד זעט אז מען ענדזשויט זיך, וועט ער עס אודאי אויך ענדזשויען. איי, מען זאגט דאך אז מען טאר נישט. נו, נו, ער איז אבער אויפגעוואקסן מיט דעם.

More in this printout

View the whole printout