מיר קענען קיינמאל נישט וויסן וואס איין סעקונדע קען אויפטון.
(64208 מעסעדזש)
א כשר'ע קאר און א כשר'ע פאון
איך האב געדארפט פארן צו א סעודת סיום מסכתא און פארפאסט די באס. ווארטנדיג ביים סטאנציע האט זיך אפגעשטעלט א איד און מיר געפרעגט וואו איך דארף פארן, ער קען מיר געבן א היטש.
איך האב באמערקט אז ער האט א טעסלא, האב איך אים אפגעזאגט.
ב"ה דער באשעפער פארלאזט אונז נישט, און צוויי מינוט שפעטער האט זיך אפגעשטעלט א צווייטע קאר און מיר איינגעלאדנט אריינצוקומען, ער פארט אויך צום סיום און ער זאגט מיר "אבער דאס איז א כשר'ע קאר. אויב דו האסט א כשר'ע פאון קענסטו מיטקומען".
(64180 מעסעדזש)
זיך האלטן פעסט
איך וואוין אין מאנטריאל, און איך האב לעצטנס געדארפט צאלן א ביל פאר די רעגירונג. איך האב זיי אנגערופן אבער זיי האבן געמאכט מורא'דיגע קונצן. זיי האבן זיך געהאלטן ביי זייערס אז מען קען נאר צאלן דעם ביל אנליין - נישט דורכ'ן טעלעפאון, און נישט דורך פאסט. איך האב געהאלטן אין איין ערקלערן אז זייער אפיס איז צו ווייט פאר מיר אראפצופארן, און איך האב נישט קיין צוטריט אנליין.
נאך א פאר טעג פון פארהאנדלן האבן זיי געזאגט אז זיי וועלן מאכן אן אויסנאם פאר מיר. און איך האב נאך באקומען א זייטיגע פארדינסט אז איך האב געדארפט צאלן סך הכל זעקס דאללער, דאקעגן ווען איך גיי דורך אנדערע מהלכים וואלט עס מיר אויסגעקומען אסאך מער.
(64821 מעסעדזש)
וידק לעפר... וישלך...
און איך האב מער נישט קיין שייכות דערמיט; איך וויל זיך נישט באנוצן מיט אזא כלי. דאך, האט מיר געשטערט אז איך האב געצאלט א שיינע סכום פאר דעם נישט אזוי לאנג צוריק און ס'איז א שאד צו פארלירן דאס געלט. איך קען דאך בעטן א חבר מיינער עס צו פארקויפן אלס צווייטע-האנט, און איך קען מאכן א פאר הונדערט דאללער אויף דעם.
דערנאך האב איך געכאפט אז כדי צו פארקויפן וועל איך מוזן אראפנעמען דעם פילטער, און איך וועל גורם זיין אז א סמארטפאון אן קיין פילטער זאל ליגן ביי א צווייטער איד.
בשעת'ן ליגן אינעם נסיון האב איך זיך ממש גע'ספק'ט וואס דער אויבערשטער וויל איך זאל טון. סתם ווארפן געלט אין מיסט? אראפנעמען דעם פילטער און אויסשטעלן זיך אליין און
אל קבר בני עם
איך בין א בחור פון ארץ ישראל, וואס האלט שוין א גוטע פאר יאר נאך ישיבה גדולה און איך בין געקומען קיין אמעריקא צו ארבעטן דאהי. איך פלעג האבן א כשר'ע פאון, אבער פאריגע יאר פאר'ן זומער, האב איך געקויפט א סמארטפאון. איך האב עס געדארפט פאר וועיז, און נאך תירוצים. איך בין עס געגאנגען פילטערן און געבלאקט אסאך זאכן; איך האב אפילו געבעטן אז זיי זאלן אנשטעלן וואטסעפפ אז עס זאל זיין פארמאכט רוב טאג, און מיר נאר לאזן עפענען דעם עפפ פאר צוואנציג מינוט א טאג צו ערלעדיגן פאר וויכטיגע ארבעטס ענינים.
א וואך צוויי פאר ראש השנה האט מיר דער אנגעהויבן צו ציפן אין הארץ, 'ווער זאגט אז איך דארף עס טאקע האבן? אפשר קען איך אן דעם?' איך האב זיך ארומגעריסן מיט מיר אליין, און נישט געוואוסט וואס ס'איז ריכטיג פאר מיר צו טון. ביז איך האב באשלאסן אז איך גיי עס
כ'קען קומען פארברענגען אין ענקער סוכה? אין אונזער סוכה ברענגט מען נישט אריין געים בוי'ס און טיים אוט'ס (קיין שום געיימוס מיט ארוקעדיגע סקרין) אין סוכה ברענגט מען נישט אריין קיין (געים ענד) גוי.
אנדערע אידן צו מכשולות?
דערנאך האב איך זיך דערמאנט אז איינער פון מיינע חברים האבן מיטגעטיילט אז זיי האבן געוואלט אוועקווארפן זייער סמארטפאון און זיי זענען געגאנגען צום ציון פון הרה"ק מריבניץ זצוק"ל, אדער גאר צום ציון פון הרה"ק מסקולען זצוק"ל, און עס דארט צעבראכן. אפשר זאל איך טאקע גיין צום ריבניצער? אבער איז עס ממש א חילוק וואו מען טוט עס? אז מען צעברעכט א סמארטפאון האט מען עס צעבראכן, וועמען גייט צו ס'איז אינדערהיים אדער אין גאס אדער אין בית החיים?
די ספיקות האבן מיר מורא'דיגע געשטערט, און איך זיך נישט געקענט אן עצה געבן. וואס איז דער אמת'ע רצון ה'?
מיט די אלע ווירבלדיגע מחשבות בין איך אריין אין ביהמ"ד דאווענען מנחה און איך האב אויסגעגאסן מיין הארץ צום אויבערשט. "איך בעט דיר, ווייז מיר די וועג צו גיין. איך וויל טון א דבר טוב; איך קען נישט אליין מחליט זיין, פיר מיך במעגלי צדק."
איך האב אויסגעטרעטן שמונה עשרה, און ארויסגייענדיג פון ביהמ"ד האב איך אנגעצינדן מיין פאון און באמערקט אז איך האב פארפאסט א פאון קאלל אינמיטן מנחה. איך האב צוריקגערופן, און ס'איז געווען אן אלטע חבר מיינער, א חשוב'ע יונגערמאן. "דו האסט מיר געזוכט?" האב איך אים געפרעגט.
"איך וויל מארגן (א טאג פאר ראש השנה) פאר'ן צום ריבניצער'ס ציון. איך ווייס אז דו דרייווסט, וויל איך דיר בעטן אויב דו קענסט מיר נעמען דארט און מיר וועלן צוזאמען מתפלל זיין פאר א נייע געבענטשטע יאר."
איך האב שוין יארן נישט גערעדט מיט דעם חבר, און מיטאמאל דערמאנט ער זיך פון מיר, און פון אלע חברים בעט ער מיר אים צו נעמען צום ריבניצער!
איך האב געזען אזא סייעתא דשמיא, אז איך וויל טון א גוטע זאך און דער אויבערשטער שטייט ביי מיין זייט און פירט מיר טאקע אויפן ריכטיגן וועג.
זאל דער אויבערשטער העלפן אז איך זאל זיך קענען טאקע ווייטער האלטן ערליך. ביטע מפרסם זיין מיין מעשה אז אנדערע זאלן אויך קענען שעפן חיזוק.
(64459 מעסעדזש)