עשה למען 'טבוחים על יחידך'. אסאך מענטשן וואס טוען געוויסע צווייפלהאפטיגע פעולות אין טעכנאלאגיע - צו ס'איז זיך באנוצן מיט א סמארטפאון, א קווין פאון, גיין אין קיאסק, וכדומה וועלן זיך בארעכטיגן אז 'זייער' פאון איז כשר, געבלאקט, האט גארנישט אויף דעם... זיי גייען נאר אין קיאסק פאר וויכטיגע זאכן בנוגע ביזנעס וכדו'... זיי נוצן טעקסט אויף אן אחריות'דיגע אופן אן קיין פיקטשער אדער גרופ טעקסט...
א מענטש דארף פארשטיין אז צוליב דאס אז דו טראכסט אז דו ביסט א יחיד, 'על יחידך', זענען דא 'טבוחים'.
מיר זענען נישט קיין יחידים. יעדער מענטש איז א חלק פון כלל ישראל. און וואס איין מענטש טוט האט א גרויסע השפעה אויף אלע אנדערע. טאקע, אפשר איז דיין סמארטפאון אינגאנצן געבלאקט, אפשר איז דיין קווין פאון דער כשר'ע טאלק אנלי סארט, אפשר נוצסטו טעקסט נאר פאר וויכטיגע צרכים... אבער דו ביסט נישט קיין יחיד! דו דארפסט זיך זארגן פאר כלל ישראל. וויפיל אנדערע לערנען זיך אפ פון וואס דו טוסט? קען זיין אז דו ביסט נישט קיין פראבלעם, אבער דו כשר'סט דעם חפץ אדער פעולה, און דורכדעם ווערן אנדערע גע'שחט'ן רח