בזכות די ווידיאו קבלה - געראטעוועט פון אפענע אינטערנעט
אונזער משפחה איז ב"ה זייער אפגעהיטן אין טעכנאלאגיע. מיר האבן טאלק-אנלי פאונס און זייער מקפיד אז אונזערע טעכטער זאלן נישט ארבעטן אין אפיסעס.
מיין טאכטער איז דאס יאר געווארן א לערערין און מיר האבן געקויפט א לעפטאפ אז זי זאל קענען צוגרייטן צעטלעך פאר אירע תלמידות. מיר האבן עס גלייך געטראגן צו 'טעג' צו בלאקן דעם אינטערנעט און זיי אפילו געבעטן אראפצונעמען דעם אפציע פון קוקן ווידיאו אויפן קאמפיוטער.
עטליכע חדשים שפעטער האט איר לעפטאפ באקומען א וויירוס און מען האט עס געטראגן צו א קאמפיוטער געשעפט עס אויסצורייניגן. זיי האבן טאקע מסדר געוען דעם וויירוס, אבער בשעת'ן עס פאררעכטן האבן זיי אלעס געפראגראמט פון פריש, וואס מיינט אז דער פילטער איז גענצליך אראפגעקומען.
מיר האבן נישט געהאט קיין אהנונג אז דאס האט פאסירט, און מיר זענען ליידער נכשל געווארן מיט אפענע אינטערנעט אין שטוב, אן בכלל וויסן דערפון.
איין טאג האט מען אריינגעשטעקט א USB מיט בילדער און ווידיאוס אינעם קאמפיוטער, און מען האט געכאפט אז מען קען זען די ווידיאוס. איך האב געוואוסט אז ווען 'טעג' האט געבלאקט דעם קאמפיוטער האבן זיי אויך געבלאקט די מעגליכקייט פון ווידיאו.
אינגאנצן צעמישט האבן מיר עס תיכף געטראגן צו 'טעג' וואס האט אונז אינפארמירט אז דער לעפטאפ איז אינגאנצן אפן, אן קיין שום פילטער!
ב"ה מיר האבן נישט קיין ווייפיי און מען האט גארנישט געקענט טון, אבער ס'איז געווען א פלא אז דער גדר פון נישט קוקן ווידיאוס האט אונז געראטעוועט פון אסאך א גרעסערע מכשול פון אומגעפילטערטע אינטערנעט.
און איך פיל אז אלס א תיקון וויל איך לאזן וויסן פאר אנדערע אז אויב מען גיבט אריין א דעווייס צו א געשעפט צו פאררעכטן וכדומה, זאל מען זיכער מאכן אז דער פילטער איז נישט אראפגעפאלן.
(הערת המערכת: דאס האבן א לעפטאפ אינדערהיים אפילו עס איז אינגאנצן געבלאקט איז נישט קיין לכתחילה'דיגע זאך, און ווער עס קען זיך מונע זיין פון דעם איז אוודאי אסאך מער א שמירה פאר די דורות).
ספינה דלא עביד למיגר
מיין מאמע האט גענומען די חתונה געהאטע קינדער און אייניקלעך אויף אן אויספלוג צו פארן מיט א שיף. אנקומענדיג דארט האבן מיר אויסגעפונען אז דער איינציגסטע וועג צו קויפן א טיקעט איז דורך א סמארטפאון.
א גאנצע משפחה איז געשטאנען דארט און קיינער ב"ה האט נישט פארמאגט קיין סמארטפאון. עס וואלט געווען אזא שאד אויפצוגעבן אויף די געפלאנטע טריפ אבער מיר זענען געווען אובד עצות.
דער ארבייטער האט געזען ווי מיר שטייען פארלוירן, און געפרעגט וואס האט פאסירט. ווען ער האט געהערט אז מיר האבן נישט קיין וועג צו קויפן טיקעטס האט ער זיך אנגערופן, "אלע אריין! אלע אריין!"
מיר האבן געהאט אן אויסנאמען געשמאקע אויספלוג גענצליך בחנם!
(מעסעדזש #3-1 ליין השומרים 64631)
א פוד פראסעסער און מיקסער אפפליין
'באש מיקסער' אויף סעיל פאר זייער ביליג. זי פלאנט עס צו קויפן פאר זיך, און זי ווייסט אז מיין מאמע האט א כלה אין שטוב, קען זי עס אויך באשטעלן פאר אונז.
מיין מאמע האט ערקלערט פאר איר אז מיר קויפן נישט אנליין.
"ניין, דו פארשטייסט נישט. איך בין סיי ווי דא, איך קליק סיי ווי; זאל איך דרוקן איינס אדער צוויי? דו ווילסט אדער נישט?"
באמת האט מיין מאמע נישט געוואלט, אבער זייענדיג אונטער פרעשור פון יענע קרוב האט זי מסכים געווען אז זי קען זיי באשטעלן פאר מיר.
שפעטער האט מיין מאמע מיר דערציילט אז בעצם האט זי נישט געקויפט אזעלכע זאכן פאר אירע אנדערע טעכטער, אבער דער קרוב האט עס געטראפן פאר זייער ביליג. איך האב זיך אבער נישט געשפירט באקוועם דערמיט. איך פלאן צו אויפשטעלן א מקדש מעט פאר'ן אויבערשטער, און דארט וועל איך אריינברענגען זאכן וואס מען האט באשטעלט אנליין?
איך האב געבעטן מיין מאמע אז אויב ס'איז נישט צו שווער און זי וועט נישט האבן קיין געלט שאדן, וואלט איך אמת'דיג געקענט באשטיין עס נישט צו נוצן.
איך ווייס נישט וואס פונקטליך מען האט געטון, אבער מיין מאמע האט עס מסדר געווען און איך האב נישט באקומען די צוויי אפלייענסעס.
דאס האט פאסירט גלייך נאכ'ן שידוך שליסן, און ביים תנאים האב איך געזען צוויי גרויסע באקסעס ביי די מתנות טישל. ווען איך בין אהיימגעקומען בין איך געווארן ערשטוינט צו זען אז מיינע מומעס פון איין זייט האבן מיר געקויפט א 'פוד פראסעסאר' און די מומעס פונעם אנדערע זייט האבן מיר געקויפט א 'באש מאשין' מיט אלע פיטשיווקעס...