Skip to content
השמיעיני את קולך - אידיש

קאמענטארן און פראגן אויף פריערדיגע ארטיקלען (13)

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

רבנים איבער שאפינג אנליין

בנוגע שאפן אנליין וויל איך מעורר זיין אז דאס וואס איר שטעלט אוועק שווארץ און ווייס אז מ'טאר נישט און פארטיג, איז נישט קיין גוטע מהלך.

די מציאות איז אז די רבנים זאגן נישט אזוי. איך בין ברוך ה' זייער אפגעהיטן אין טעכנאלאגיע און איך האב אליינס געפרעגט א גרויסער רב וועגן אנליין שאפינג און ער האט מיר נישט געענטפערט קלאר, ער האט צום סוף געזאגט אז מ'דארף מאכן שטארקע גדרים וסייגים, אבער ער האט נישט געזאגט אסור.

אפילו טעקסט וואס איז נישט גע'אסר'ט געווארן, האבן אלע רבנים גערעדט קעגן דעם, אבער שאפינג אנליין רעדט מען נישט קעגן דעם. ווען איר לייגט עס אראפ אז דער וואס גייט שאפינג אנליין נוצט אינטערנעט נישט כשר'עהייט, קען דאס געבן דעם געפיל אז אויב אזוי קען מען שוין מער פאלן אין טעכנאלאגיע. ממילא וואלט איך גע'עצה'ט איר זאלט ענדערש שרייבן אז מ'זאל מאכן שטארקע גדרים וסייגים, אבער שרייבטס נישט אסור.

ענטפער:

עס איז זייער שווער צו פירן א שמועס ווען עס איז געבויט אויף "אלע רבנים" און "רוב רבנים", מיר ווייסן דאך נישט אויף וואס אייערע סטאטיסטיקס זענען געבויעט.

מיר האבן א גאנצע רייע פון רבנים וואס האבן גאר שטארק געליארעמט וועגן שאפינג אנליין - יעדער איינער מיט זיין שפראך. אלזא ווייסן מיר נישט פון וואס איר רעדט אז די רבנים זאגן נישט אזוי.

געוויסע רבנים נעמען אן דעם גאנג אז טאמער דער שואל איז נישט גרייט צו הערן דעם אמת'ע דעת תורה, וועלן זיי זיך צוריקהאלטן פון זאגן עפעס וואס יענער קען נישט דערהייבן. אבער דער וואס זוכט דעם אמת בנוגע שאפן אנליין וועט גוט הערן וואס דער רב זאגט צווישן די שורות.

אדרבה, פארוואס האט אייער רב אייך נישט געענטפערט און געזאגט קלאר אז שאפינג אנליין איז מותר??? פארוואס האט ער געדרייט מיט די צונג ביז איר האט ארויסבאקומען פון אים אז 'מ'דארף מאכן גדרים וסייגים'?...

די ענטפער איז זייער פשוט, דער רב זעט ווי שטארק מענטשן מוטשען פאר א היתר, און אויב וועט ער זאגן אז דאס איז אסור וויבאלד עס איז א ריזיגע סכנה, וחמירא סכנתא מאיסורא, וועט מען אים נישט אויסהערן, דערפאר פראבירט ער מרמז צו זיין אויף אלע סארט אופנים מ'זאל פארשטיין וואס דער אמת איז, אז גיין אנליין פאר סיי וועלכע צוועק איז א ריזן סכנה און מ'שטעלט איין זיך מיט די גאנצע משפחה.

א מענטש פון איינס צום צווייטן, וועט איר פארשטיין אז עס עקזיסטירט נישט באמת אזא זאך ווי "מ'דארף" מאכן גדרים וסייגים. רוב רובם פון די וואס האבן אנגעהויבן נוצן אינטערנעט פאר סיי וועלכע צוועק מיט סיי וועלכע גדרים וסייגים, האבן זיך די גדרים וסייגים געטוישט ביז גאר א קורצע צייט.

דערפאר ווילן מיר אייך זאגן, אויב זענט איר אפגעהיטן אין טעכנאלאגיע אזוי ווי איר זאגט, און איר ווילט בלייבן ביי דעם, האט רחמנות אויף אייך אליין און שטייט ווייט פון דעם עד הסוף און זוכט נישט ארויסצוקוועטשן פון קיין רבנים קיין היתרים.

More in this printout

View the whole printout