הרה"ג ר' שלמה בינעטה שליט"א
אין יעדע עירפארט איז דא אינטערנעט. נישט אז מען דארף עס גיין זוכן, נאר ווען מען קומט מיט'ן רענצל קראכט מען אריין אין די קאמפיוטערס מיט אפענע אינטערנעט. גרויסע טאבלעטס מיט ריזיגע סקרינס.
איך קוק און איך טראכט – פאר וועמען איז דאס געמאכט? יעדער גוי דרייט זיך מיט א סמארטפאון – ער דארף עס נישט האבן. אלא מאי דאס איז געמאכט פאר די פרומער אידן.
און איך האב טאקע געזען. איך בין געשטאנען אמאל אינעם לופטפעלד אין טאראנטא ווארטנדיג אויף מיין פליגער, און זיך געשטעלט אין דער זייט און איך זעה ווי טאקע נאר אידן האבן שייכות דערמיט. אבער יעדער איד וואס קומט – עלטערע אידן מיט ווייסע בערד, יונגע בחורים וואס קומען אין ישיבה – יעדער קוקט אריין אין דעם ווייל דא ליגט דעם יצר הרע וואס שלעפט און שלעפט און שלעפט... און כמעט יעדער איינער איז זיך מתגבר!
דו ווייסט וואס דאס מיינט?!
דער אמורא אביי האט געזאגט מיט התפעלות אויף די היינטיגע דור, עס שרייט זיך - 'וואו'! עס שטייען מענטשן און געבן א קוק, מען גייט צו, און מען גייט גלייך אוועק. מען גייט צו, מען גייט אוועק... איך האב באשיינפערליך געזען ווי כמעט יעדער וואס האבן נאר געגעבן א קליינע קוק אדער ריר צו זען וואס דאס איז, איז תיכף אנטלאפן.
קיינער הייסט דיר נישט. קיינער ווייסט נישט וואס טוט זיך אין טאראנטא אינעם עירפארט. קיינער גייט נישט דערציילן פאר דיין ווייב, דיין טאטע אדער מאמע.
דו ביסט אליין – און דו ביסט שטארק! מיר זענען שטארק. מיר דארפן עס נאר איבער'חזר'ן און דעמאלטס וועלן מיר ווערן שטערקער און שטערקער.
די קינדער דארפן אויך הערן אז מיר זענען שטארק. איך האב ליב צו פארציילן מעשיות פאר מיינע קינדער ווי איך האב געהאט א נסיון און איך האב זיך מתגבר געווען. זיי וועלן טראכטן, אז אויב איך האב געהאט א נסיון, און איך האב זיך מתגבר געווען, קענען זיי זיך אויך מתגבר זיין אויף זייערע נסיונות.
ס'איז נישט קיין בושה צו האבן א נסיון; ס'איז א בושה דורכצופאלן.