Skip to content
השמיעיני את קולך - אידיש

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א - קרית יואל

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

מיר האלטן יעצט ביי די זעקסטע הקפה, די הקפה פון יוסף הצדיק, יסוד. עס שטייט אין תפארת שלמה (האזינו) דער אויבערשטער זאגט פאר א איד, היט אפ פאר מיר דיינע אויגן, דיינע מחשבות, דיינע דיבורים און דיינע מעשים, וועל איך דיך אפהיטן פון אלע צרות און עגמת נפש (עיי"ש).

שמיני עצרת איז א זמן ווען הקב"ה זאגט בעט פון מיר וואס דו ווילסט, דאס איז צוליב דעם וואס שמיני עצרת און שמחת תורה ביי די הקפות, ובפרט ביי די זעקסטע הקפה איז מען מקבל אויף א שמירה. אבער רוב מענטשן דארפן זיך גדרים וסייגים צו זיין אפגעהיטן, און אז ס'איז שמור לי, דעמאלטס זאגט הקב"ה ואשמור לך, און ער היט אים אפ פון אלעם בייזן.

אונז לעב מיר היינט אין זייער א שווערע וועלט, זייער א טמא'נע וועלט, דער יצר הרע איז זייער גרויס, טויזענטער נשמות זענען שוין צוגרינד געגאנגען אין גלות אמעריקא, די היינטיגער יצר הרע איז די כלים, עס איז מטמא במגע! עס איז מטמא במשא! און עס איז מטמא באוהל! וויי פאר א שטוב ווי ס'געפינט זיך די כלי!

עס זענען דא יחידים וואס דארפן עס האבן לצורך פרנסה, און אפילו ביי זיי איז נישטא קיין היתר עס צו האבן אן א פילטער, דעם אויבערשטן קען מען נישט אויסנארן, ח"ו.

דעם בורא כל עולמים קען מען נישט אויסבלאפן, דער הייליגער באשעפער זעהט אלעס, און ער ווייסט דעם אמת ווער עס דארף עס טאקע האבן, און ווער ס'רעדט נאר איין.

דער באשעפער איז א בוחן, קיינער ווייסט נישט וואס טוט זיך בחדרי חדרים, אבער הקב"ה ווייסט דעם ריינעם אמת, און אים קען מען נישט בלאפן. ער ווייסט פונקטליך ווער עס דארף עס באמת לצורך פרנסה. און ווער עס דארף עס נישט באמת, טאר עס נישט האבן אפילו מיט א פילטער, דעם אויבערשטן קען מען נישט אויסנארן, זאלן זיי וויסן אז א בשר ודם קען מען פאפן, אבער הקב"ה קען מען נישט אויסבלאפן.

מקבל זיין שמור לי, צו זיין אפגעהיטן, צו זיין הייליג, מיט אפגעהיטענע אויגן אפגעהיטענע מחשבות און אפגעהיטענע מעשים, צו האבן א שמירה מעולה אויף די כלים, האבן הייליגע און ריינע אידישע שטיבער, זיך צו פירן ערליך בקדושה, און אז עס וועט זיין שמור לי, זאגט הקב"ה ואשמור לך, און השי"ת וועט אונז געבן א גוט געבענטשט יאר, אפגעהיטן פון יעדן מכשול און עגמת נפש אין אלע ענינים ברוחניות ובגשמיות, פאר יעדן איינעם בפרטיות און אויך א ישועה כללית, און אין זכות פון שמירה, וועלן מיר זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה בימינו אמן.

(ביום שמחת תורה שנת תשע"ה לפני הקפה ששית)

More in this printout

View the whole printout