Skip to content
השמיעיני את קולך - אידיש

וימאן... וינס... יצא החוצה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

א בעל דרשן וואס האט געגעבן א קורצע שיעור איבער שמירת עינים און די כח פון "וימאן" גיבט איבער די פאלגענדע עפיזאד:

א קורצע צייט נאך מיין שיעור האב איך באקומען א פאון קאלל פון אויסלאנד. נישט קיין באקאנטע קול האט זיך געהערט פון דער צווייטע זייט ליניע און ער האט זיך געהערט זייער איבערגענומען. "איך וויל דיר באדאנקען און אלע די וואס שטעלן צו די שיעורים - פאר'ן ראטעווען מיין טאכטער'ס לעבן."

איך בין אוודאי געווען גוט נייגעריג וואס ליגט אונטער דעם זאץ.

האט ער מסביר געווען אזוי. "נעכטן, האב איך זיך געטראפן אין א מינוט פון שוואכקייט און דריי הצלה מעמבערס איבערגעבויגן איבער איר. מיין ב"ב און קינדער האבן געוויינט אין א ווינקל און געזאגט תהלים.

"איך האב זיך שפעטער דערוואוסט אז מיין טאכטער האט געהאט עפעס א 'סיזשור', זי איז אראפגעפאלן און צעקלאפט איר קאפ וואס האט גורם געווען זי זאל אויפהערן צו אטעמען. מען האט תיכף גערופן הצלה און זיי האבן איר ב"ה צוריקגעברענגט.

"איך האב געכאפט אז דער פונקטליכע סעקונדע ווען איך האב געשלעפט דעם פלאג איז ווען הצלה האט געטראפן איר פולס און איר צוריקגעברענגט. און דעריבער האב איך דיר אנגערופן און דיר געוואלט באדאנקען."

איך האב געזאגט פאר דעם טאטע, דעם עפיזאד וועט מעגליך שפילן א גרויסע ראלע אין דיין עתיד. דעריבער וויל איך מאכן זיכער אז דו טייטשט עס אפ ריכטיג.

"איך האב אים געזאגט אזוי, וואס וואלט געווען ווען דו וואלסט ח"ו דורכגעפאלן ביים קאמפיוטער, און אהיימגעקומען נאר צו טרעפן אז דאס ערגסטע האט פאסירט רח"ל?"

"איך וואלט זיך געשפירט שולדיג ביז מיין לעצטע טאג פון לעבן", האט ער מודה געווען.

"דאס האב איך געטראכט אז דו וועסט זאגן, און ס'איז נאטורליך פאר יעדער טאטע צו טראכטן אזוי. דו דארפסט אבער פארשטיין אז דאס איז א פארדרוסליכן טעות. אין די תורה שטייט דאך אז [עלטערע] קינדער שטארבן נישט צוליב די זינד פון זייערע עלטערן.

"נאר וואס דען?"

"וואלט איך דיר געראטן אז דו זאלסט עס אנקוקן, אז אינעם זעלבן מאמענט ווי דיין נסיון איז געגעבן געווארן פאר דיר, איז פארגעקומען א וויכוח אין הימל. דיין טאכטער'ס לעבן האט געדארפט צו קומען צו אן ענדע. דער מלאך המות האט געזאגט אז איר צייט איז געקומען. אבער א גוטע מלאך האט זיך אנגענומען פאר איר און גע'טענה'ט אז זי איז אזוי יונג, זי דארף נאך חתונה האבן און האבן קינדער, ווי אזוי קען מען טון אזא זאך? אפהאקן איר לעבן אזוי יונג?"

"דער שטן אבער האט זיך געהאלטן ביי זיינס, ניין, איר צייט איז געקומען צו גיין פון דער וועלט."

"האט דער גוטע מלאך געזאגט, לאז מיר זוכן א זכות פאר איר. איך מוז טרעפן א וועג צו פארלענגערן איר לעבן. אפשר קען מען אריינשטעלן איר טאטע אין א ריזיגע נסיון, און אויב ער וועט עס דורכמאכן וועט ער געבן זיין טאכטער נאך יארן צו לעבן?"

"אין יענע סעקונדע האסטו זיך געטראפן אין א געוואלדיגע מקום נסיון. און ווען דו האסט ארויסגעשלעפט דעם פלאג און ארויסגעלאפן פון דיין אפיס, האסטו בוכשטעבליך מחיה מתים געווען דיין טאכטער."

"דו האסט געגעבן לעבן פאר דיין טאכטער! און דו מוזט עס געדענקען. ווען דו זעסט נחת פון דעם קינד, ווען זי ברענגט קינדער און אייניקלעך אויף דער וועלט, זאלסטו געדענקען, דיין מינוט פון 'וימאן' איז פארוואס דאס אלעס פאסירט."

More in this printout

View the whole printout