"שלום עליכם." דער אנפירער פונעם מוסד האט מיך אויפגענומען מיט א ווארעמע שמייכל. "דו ביסט דער נייער מענעדזשער?"
"יא, בעזרת ה'." האב איך צוריקגעשמייכלט."מיר האבן געהערט אויף דיר גוטע זאכן." האט ער קאמפלימענטירט. "למעשה האבן מיר דא א הענדימען וועמען מיר רופן יעדעס מאל ווען מ'דארף עפעס פארריכטן, אבער מיר דארפן אויך האבן איינעם אויפ'ן פלאץ, וואס זאל זיך ארומדרייען אין חדר יעדן טאג, און רופן דעם הענדימען ווען ס'פאדערט זיך צו פארריכטן עפעס, און שטיין מיט אים אין פארבינדונג אים צוצוהעלפן מיט וואס ער דארף.""פיין." א באפרידיגונג האט מיך אנגעפילט. ענדליך האב איך שוין געטראפן א פאסטן וואס איך פיל עכט אז ס'איז פאסיג פאר מיר און מיינע טאלאנטן, ב"ה. און נאך אין אזא היימישע פלאץ, די בעסטע וואס קען זיין.דער אנפירער פונעם מוסד האט אויך אויסגעזען צופרידן. "דעם טאבלעט וועלן מיר דיר צושטעלן דורכ'ן מוס-""דעם וואס?!" האב איך אים איבערגעהאקט."דעם טאבלעט," האט ער איבערגע'חזר'ט ווי זעלבסטפארשטענדליך, "זאלסט קענען שטיין אין פארבינדונג מיט'ן הענדימען טאג טעגליך.""הממ..." כ'בין שוין געווארן אביסל אומזיכער."וואס איז שלעכט מיט מיין כשר'ן טעלעפאון?""דער פארבינדונג מיט'ן הענדימען גייט נאר דורך וואטסעפפ."כ'האב זיך געביסן די ליפן."וואס איז דיין פראבלעם?" האט ער נישט פארשטאנען מיין קווענקלעניש. "ס'איז א כשר'ער טאבלעט, געפילטערט אויפ'ן בעסטן אופן וואס שייך, דו נוצסט עס נאר דא אינעם מוסד, און פארשטייט זיך אז ס'איז נאר לצורך פרנסה. אלץ איז אקעי.""יא. גערעכט. אבער- - -אייגנטליך, איז דאס א שאלה פאר'ן רב.
כ'האב זיך פארבינדן מיט'ן רב, ערקלערט אלע צדדים פון דער שאלה, און ענדע באקומען זיין באשטעטיגונג.
פון מאל צו מאל האב איך זיך יא באגעגנט מיט אפאר מער קאמפליצירטע זאכן. כ'בין אבער ווייטער אנגעגאנגען מיט מיינס. אויפגעהויבן א (כשר'ע) טעלעפאן צו עטליכע חברים וואס קענען זיך בעסער אויס, און גענומען פון זיי עצות.
"הער זיך איין," מיט א ברייטן שמייכל אויפ'ן געזיכט, האט מיך דער אנפירער פונעם מוסד אויפגענומען נאך עטליכע וואכן. "איך וועל דיר זאגן דעם אמת, דער מוסד איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי גוט באהאנדלט אזוי ווי די לעצטע צייט. פון ווען דו ביסט אריינגעקומען קלאפט אלעס ווי קיינמאל בעפאר. יעדע קלענסטע פראבלעם ווערט גלייך פארראכטן אזוי שנעל און פראפעסיאנעל. מיר האבן נאך קיינמאל נישט געהאט אזא זאך."
"איידער דו ביסט געקומען," האט ער פארגעזעצט און דערציילט, "האבן מיר יעדע קליינע פראבלעם געדארפט ערשט זיך פארבינדן מיט'ן הענדימען. אים שיקן א בילד, ווארטן ביז ער קומט צוריק מיט אן ענטפער, אים ערקלערן וואס איז דער פראבלעם, ווארטן ער זאל אנקומען, זאגן זיין דיאגנאז, שיקן א בילד פון די צוגעהערן וואס מ'דארף קויפן, עס גיין קויפן, און ווארטן ער זאל עס קומען פארריכטן... יעדע קליינע זאך וואס מ'האט געדארפט פארריכטן האט זיך געקענט ציען לאנגע טעג, צומאל אפילו עטליכע וואכן. און יעצט - יעדע קליינע זאך ווערט גלייך פארראכטן, אלעס פארט ווי געשמירט!"
ער האט זיך נאכאמאל צעשמייכלט. "מיר האבן געזען אז דו טויגסט צו דער ארבעט, און כאטש וואס ס'איז נישט געווען אפגעשמועסט פון פאראויס- ווילן מיר דיר פארשלאגן דעם אפאר פאסטן פון יענעם הענדימען... מיר האבן אים שוין אנטזאגט פון דער ארבעט. און דיין געהאלט וועט מען העכערן ווי ס'פאסט פאר דיין נייע פאסטן."
אהא. יעצט פארשטיי איך שוין אויף וואספארא מורא'דיגע 'צורך פרנסה' די וואטסעפפ האט מיר גענוצט...