Skip to content
השמיעיני את קולך - אידיש

א טשעק פון הונדערט טויזענט דאללער

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

אַ גְרוֹיסֶע עוֹשֶׁר הָאט בַּאשְׁטֶעלְט צְוֵויי גֶעלוּנְגֶענֶע אִינְגֶעלַייט וָואס זָאלְן קוּמֶען בּוֹיעֶן פַאר אִים זַיין פְּרֶעכְטִיגֶע סוּכָּה אוּן אוֹיסְשְׁטֶעלְן אַלֶע שֵׁיינֶע נוֹי סוּכָּה אוֹיף דִי וֶוענְט אוּן אוֹיפְן סְכַךְ. דִי צְוֵויי אִינְגֶעלַייט הָאבְּן בֵּיידֶע גֶעאַרְבֶּעט שְׁוֶוער אוּן אַרַיינְגֶעלֵייגְט אַסַאךְ קָאפּ אוּן מֹחַ אַז דִי סוּכָּה זָאל אוֹיסְקוּמֶען אוֹיפְן שֶׁענְסְטְן אוֹפָן.

וֶוען דִי הֶערְלִיכֶע סוּכָּה אִיז שׁוֹין גֶעשְׁטַאנֶען גְרֵייט מִיטְן פוּלְסְטְן פְּרַאכְט, הָאט דֶער עוֹשֶׁר צוּגֶערוּפְן דִי צְוֵויי אִינְגֶעלַייט אוּן גֶעגֶעבְּן פַאר יֶעדֶעם אֵיינֶעם אַ טְשֶׁעק צוּ בַּאצָאלְן פַאר דִי גוּטֶע אַרְבֶּעט. וִוי פַארְוואוּנְדֶערְט זֶענֶען אַלֶע מֶענְטְשְׁן גֶעוֶוען וֶוען זֵיי הָאבְּן גֶעזֶען, אַז אֵיין טְשֶׁעק אִיז בְּלוֹיז פוּן הוּנְדֶערְט דָאלֶלער, אוּן דֶער צְוֵוייטֶער טְשֶׁעק אִיז גָאר פוּן הוּנְדֶערְט טוֹיזֶענְט דָאלֶלער!

וֶוען דֶער עוֹשֶׁר הָאט גֶעזֶען זֵייעֶר וואוּנְדֶער, הָאט עֶר זֵיי גֶעזָאגְט: "מִסְתָּמָא מֵיינְט אִיר אַז אִיךְ הָאבּ דָא גֶעמַאכְט עֶטֶעס אַ טָעוּת. אָבֶּער עֶס אִיז בִּכְלַל נִישְׁט קֵיין טָעוּת נָאר אִיךְ הָאבּ בַּאמֶערְקְט בְּשַׁעַת עֶנְקֶער אַרְבֶּעט, אַז דֶער עֶרְשְׁטֶער הָאט גֶעאַרְבֶּעט מִיט קְרֶעכְצֶען", עֶר הָאט גֶעהַאלְטְן אִין אֵיין זִיךְ אָפְּרֶעדְן, אוֹי, אַזָא שְׁוֶוערֶע אַרְבֶּעט, אִיךְ הָאבּ נִישְׁט קֵיין גֶעדוּלְד פַאר דֶעם, פַארְוָואס הָאבּ אִיךְ מִיךְ אוּנְטֶערְגֶענוּמֶען צוּ בּוֹיעֶן אַזא גְרוֹיסֶע סוּכָּה, אִיךְ וִויל שׁוֹין פָּטוּר וֶוערְן פוּן דִי שְׁוֶוערֶע אַרְבֶּעט.

אָבֶּער דֶער צְוִוייטֶער הָאט גֶעטוּן פּוּנְקְט פַארְקֶערְט, עֶר הָאט גֶעאַרְבֶּעט דִי גַאנְגֶע צַייט מוֹרָא'דִיג פְרֵיילִיךְ, עֶר הָאט גֶעהַאט אַזָא גְרוֹיסֶע שִׂמְחָה, אַז דֶער גְרוֹיסֶע עוֹשֶׁר הָאט פּוּנְקְט אִים אוֹיסְגֶעוֶועלְט צוּ בּוֹיעֶן זַיין סוּכָּה, אוּן עֶר הָאט גֶעגְלֵייבְּט מִיט אַ זִינֶערְקִייט אַז אִיךְ גֵיי אִים גָאר שְׁטַארְק בַּאלוֹינֶען אוּן בַּאצָאלְן גָאר אַ גְרוֹיסֶע פְּרַייז, וִוי עֶס פַּאסְט פַאר אַזָא עוֹשֶׁר וִוי מִיר, אוּן וֶועגְן דֶעם הָאט עֶר אַ גַאנְצְן צַייט זִיךְ אוּנְטֶער גֶעזוּנְגֶען לוּסְטִיגֶע נִיגוּנִים אוּן גֶעטַאנְצְן פַאר שִׂמְחָה אַז עֶר גִייט וֶוערְן אַזוֹי רַייךְ אוֹיפְאַמָאל. אוּן טַאקֶע דֶערְפאר הָאבּ אִיךְ זִיךְ אִים בַּאצָאלְט אַזָא גְרוֹיסְן שְׂכַר".

וָואס בַּאקוּמְט שְׂכַר "טוֹיזֶענְט מָאל מֶער" וִוי דֶער וָואס טוּט דִי זֶעלְבֶּע מִצְווֹת אָבֶּער מִיט אַ קְרֶעכְץ, מִיט אַ שְׁוֶוערִיקֵייט, עֶס לִיגְט אוֹיף אִים וִוי אַ שְׁוֶוערֶע פֶּעקְל וָואס עֶר וִויל שׁוֹין שְׁנֶעל פָּטוּר וֶוערְן פוּן דֶעם. אוֹיבּ אַזוֹי אִיז דִי זֶעלְבֶּע זַאךְ וֶוען אַ אִידִישׁ קִינְד שְׁטַארְקְט זִיךְ אוֹיף דֶעם יֵצֶר הָרָע וָואס וִויל אִים צוּרֶעדְן עֶר זָאל נוּצְן אַ טֶעכְנֶאלָאגִישָׁע כֵּלִי וָואס אִיז נִישְׁט אִינְגַאנְצְן כָּשֵׁר, אָדֶער עֶר זָאל קוּקְן אַ וִוידִיאָוּ, אָדֶער צוּרִירְן אַ טָמֵא'גֶע סְמַארְטְמָאוּן אָדֶער טֶעבְּלֶעט חַס וְשָׁלוֹם, אָדֶער יֶעדֶע דֶעוֶוייס וָואס הָאט נִישְׁט אַ כָּשֶׁרְ'עֶ זִיגְל מִיט אַ גוּטֶע הֶכְשֵׁר, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ צוּרִיק אוּן הִיט זִיךְ אָפּ פוּן דִי אַלֶע זַאכְן, אִיז אַ גְרוֹיסֶע חִילוּק וִוי אַזוֹי עֶר טוּט דָאס.

אוֹיבּ עֶר טוּט עֶס מִיט אַ קְרֶעכְץ, אוֹי, אַזָא שָׁאד, הַלְוַואי וָואלְט אִיךְ יָא גֶעמֶעגְט קוּקְן אוֹיף וִוידִיאָוּ, פַארְוָואס מוּז אִיךְ זַיין פְרוּמֶער פוּן אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים אוּן קָאזִינְס, אוּן עֶר אִיז טְרוֹיעֶרִיג מִיט זַיין מִצְוָה, בַּאקוּמְט עֶר נָאר אַ קְלֵיינֶע שְׂכַר.

אָבֶּער אוֹיבּ עֶר טוּט דָאס מִיט גְרוֹיס פְרֵייד, אוּן עֶר טְרַאכְט, בָּרוּךְ הַשֵׁם! גֶעלוֹיבְּט אִיז דֶער אוֹיבֶּערְשְׁטֶער אַז אִיךְ הָאבּ דִי זְכָיָה צוּ זִיךְ קֶענֶען פִירְן מִיט עֶרְלִיכְקֵייט אוּן זַיין אַ אָפְּגֶעהִיטֶענֶע אִידִישׁ קִינְד, אוּן זִיךְ אוֹיפְהֵייבְּן הֶעכֶער פוּן דִי נַארִישֶׁע נִסְיוֹנוֹת פוּן טֶעכְנָאלָאגְיֶע, אוּן מַאכְן אַזָא רִיזִיגֶע נַחַת רוּחַ פַארְן הֵיילִיגְן בַּאשֶׁעטֶער, אַשְׁרֵינוּ מַה טוֹב חֶלְקֵינוּ! – דֶעמָאלְטְס אִיז זַיין שְׂכַר טוֹיזֶענְט מָאל גְדֶעסֶער! אַזוֹי וִוי דֶער אוֹרְחוֹת צַדִיקִים זָאגְט.

וְדֶערִיבֶּער הָאט אוּנְז דֶער אוֹיבֶּערְשְׁטֶער גֶעגֶעבְּן דֶעם הֵיילִיגְן יוֹם טוֹב סוּכּוֹת, וָואס הֵייסְט ”זְמַן שִׂמְחָתֵינוּ", דִי צַייט פוּן שִׂמְחָה, וָואס דֶעמָאלְטְס זָאל מֶען אַרַיינְטְרַאכְטְן וִוי גְלִיקְלִיךְ מִיר זֶענֶען אַז מִיר הָאבְּן זוֹכֶה גֶעוֶוען צוּ נָאךְ אַ גַאנְגֶע יָאר פוּן תשפ"ו וָואס מִיר הָאבּן גֶעטוּן אַזוֹיפיל הֵיילִיגֶע מִצְווֹת אוּן אַזוֹיפיל מָאל זִיךְ גֶעשְׁטַארְקְט אוּן דֶערְוַוייטֶערְט פוּן דִי טָמֵא'נֶע כֵּלִים, אוּן גֶעמַאכְט אַזוֹיפיל נַחַת רוּחַ פַארְן אוֹיבֶּערְשְׁטְן מִיט דֶעם! אוּן וֶוען מִיר גֵייעֶן זִינְגֶען אוּן טַאנְצְן סוּכּוֹת, בַּיי דִי יוֹם טוֹב'דִיגֶע סְעוּדוֹת, בַּיי הַלֵּל, אוּן בַּיים רֶבִּינְ'ס טִישׁ, אוּן בַּיי דִי לֶעבֶּעדִיגֶע ”שִׂמְחַת בֵּית הַשּׁוֹאֵבָה" חוֹל הַמוֹעֵד סוּכּוֹת אוּן בַּיי דִי הֵיילִיגֶע פְרֵיילִיכֶע "הַקָּפוֹת" שְׁמִינִי עֲצֶרֶת אוּן שִׂמְחַת תּוֹרָה, וֶועלְן מִיר טְרַאכְטְן אַז מִיר פְרֵייעֶן זִיךְ אַז מִיר הָאבְּן זוֹכֶה גֶעוֶוען צוּ זַיין אָפְּגֶעזוּנְדֶערְט פוּן דִי טָמֵא'נֶע כֵּלִים, אוּן צוּ מַאכְן מִיט דֶעם אַזָא גֶעוַואלְדִיגֶע נַחַת רוּחַ אוּן תַּעֲנוּג פַאר הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ!! ☞

אויספיר פון מערכת השומרים:

טייערע קינדער ס'קומט יעצט די הייליגע יו"ט סוכות, זמן שמחתינו, אמאל קען די סוכה זיין אביסל אומבאקוועם אדער קאלט, אבער טראצדעם אלע ערליכע אידן פרייען זיך זייער צו זיצן אין די הייליגע סוכה בצילא דמהימנותא, און ווילן בכלל נישט ארויסגיין, ווייל די סוכה ווייזט אז אונז אידן זענען די עם הנבחר, אינגאנצן אפגעשיידט פון אלע נידריגע פעלקער און דער הייליגע באשעפער כביכול נעמט אונז ארום מיט זיין גרויס ליבשאפט און באשיצט אונז פון אלעם שלעכטס ברוחניות ובגשמיות.

ממש אזוי דארפן מיר - אפגעהיטענע צאן קדשים - זיך פרייען אז מיר האבן די זכיה צו זיין אפגעשיידט פון אלע סארט טמא'נע כלים [אפי' ס'קען אמאל אנקומען שווער] און דורך דעם פארשאפן מיר פאר אונזער ליבע טאטע אין הימל אזא גרויסע נחת רוח און שמחה.

און ממילא ווען מיר האלטן די ד' מינים קענען מיר אויסרופן מיט שטאלץ: "דידן נצח!" מיר האבן באזיגט דעם יצר הרע! און מיר אלע בעטן דעם רבונו של עולם אז די גאנצע כח הטומאה זאל שוין פארניכטעט ווערן פון די וועלט און מיר אלע זאלן זוכה זיין צו זיצן בסוכת עורו של לויתן, במהרה בימינו אמן, און מיר זאלן אלע האבן א גוט געבענטשט יאר און א גוט קוויטל. ש

More in this printout

View the whole printout