Skip to content
השמיעיני את קולך - אידיש

געהאלטן די פילטער נאך עשרת ימי תשובה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

איך וויל דערציילן א מעשה וואס איך האב געהאט אנהויב יאר, צום גדלי' בייטאג קומט אריין צו מיר איינער, און ער רופט זיך אן צו מיר, "ר' משה לייגט מיר ביטע ארויף א פילטער, אבער מיטן תנאי אז איר נעמט עס אראפ מוצאי יום כיפור".

פרעג איך אים, "דו שפילסט זיך מיטן באשעפער? דו לייגסט אריין געלט אין באנק, און דערנאך נעמסטו עס ארויס, און דו האלטסט אז די רעגירונג גייט נישט זען?".

"ניין! - זאגט ער מיר - עס איז יעצט עשרת ימי תשובה, וואס עס שטייט אין חז"ל אז אין די טעג דארף מען זיך אויפפירן בעסער ווי א גאנץ יאר, און איך וויל זיין יעצט אזוי ווי איך וואלט באמת געוואלט זיין א גאנץ יאר, נאר איך קען מיך נישט באהערשן איך עס דערויף, אבער יעצט וויל איך אויספירן".

זאג איך אים, "געזונטערהייט! איך פאלג וואס מען בעט". ער גיבט מיר זיין טעלעפאן, און איך האב ארויפגעלייגט א פילטער.

מוצאי יו"כ רופט מיך יענער אן "איך בעט דיר נעם אראפ מיין פילטער". זאג איך אים - "ביזט גערעכט, איך מוז דיר פאלגן, אבער יעצט ווייס איך שוין די ענדע פון די מעשה".

פרעגט ער מיר - "וואס מיינסטו די ענדע פון די מעשה?".

פארצייל איך אים, "במשך יום כיפור האב איך פארציילט דיין מעשה פאר אסאך מענטשן, אז איינער איז אמאל אריינגעקומען צום גדלי' צו מיר... יעדער האט מיך געפרעגט די ענדע פון די מעשה, פרעגענדיג וואס האט ער למעשה געטון, האט ער עס טאקע אראפגענומען נאך יום כיפור?, האב איך פאר יעדעם געענטפערט אז איך ווייס נאכנישט, ס'איז א מעשה פון דאס יאר, די מעשה האלט נאך אינמיטן געשען, נאך יום כיפור וועל איך ענק קענען פארציילן וואס איז למעשה געווען די ענדע, און יעצט אז דו רופסט מיר ווייס איך שוין די ענדע פון די מעשה".

רופט זיך יענער אן, "ווייסטו וואס - לאז מיך עס איבערטראכטן". די קומענדיגע טאג רופט ער מיך אן און זאגט מיר, "ר' משה, איך לאז די פילטער!, אבער איך דארף דיר זאגן, איך פאר מיר אליינס, בין נאכנישט דערביי צו לאזן די פילטער, איך בין נאכנישט דארט, אבער ווייל איך ווייס אז דו האסט איבערגעזאגט די מעשה פאר אנדערע, און דו קענסט משפיע זיין פאר א צווייטן צו געבן חיזוק צו האלטן די פילטער, דער כח גיבט מיר חיזוק צו האלטן די פילטער ווייטער!"

(58592 מעסעדזש)

More in this printout

View the whole printout