Skip to content
השמיעיני את קולך - אידיש

גריסן

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

יישר כח פאר'ן מעורר זיין!

איך בין א בעה"ב פון עטליכע געשעפטן אין בארא פארק און איך וויל געבן פידבעק אויף אייערע גליונות. ס'איז א געוואלדיגע שטארקע ארבעט. איך האב לעצטנס געמאכט אן אדווערטייזמענט וואס האט בטעות געהאט א QR קאוד און איך האב באקומען צענדליגע פאון קאללס, היתכן אז א היימישע סטאר פראמאוט סמארטפאונס. איך האב טאקע פארראכטן דעם טעות און באקומען פאון קאללס נאכדעם עס מחזק צו זיין.

איך וואונטש אייך הצלחה און סייעתא דשמיא און תזכו למצוות.

(מעסעדזש 63887)

קינדער וואקסן מיט די ריכטיגע חינוך בזכות 'השמעיני'

מיין 8 יעריגע קינד האט מיר דערציילט אז ער איז געגאנגען צו א שכן און זיי האבן דארט געוויזן ווידיאו, אבער ער האט געוואוסט אז מ'טאר נישט קוקן און ער האט זיך געשטארקט און נישט געקוקט.

מיין קינד האט מיר געבעטן איך זאל דאס אריינשיקן אז מ'זאל דאס אריינלייגן אין השמיעיני. כ'מוז אייך דא באדאנקען און זאגן אז די שטארקייט וואס מיין קינד האט געהאט אויף אזא מורא'דיגע פארנעם איז נאר צוליב דעם וואס ער ליינט יעדע וואך אייער חשוב'ע גליון 'השמיעיני', דאס האט אריינגעברענגט אין אים די ידיעה אז ווידיאו איז נישט קיין זאך פאר אונז. און אים געגעבן די שטארקייט צו טון וואס איז ריכטיג צו טון! איך האב געזען פון דעם די מורא'דיגע וויכטיגקייט פון דעם גליון 'השמעיני' אז דורך דעם וואקסן די קינדער אויף מיט די ריכטיגע חינוך.

גייטס ווייטער מיט אייער הייליגע ארבעט מיט אסאך סייעתא דשמיא!

(אריינגעשיקט צום מערכת)

More in this printout

View the whole printout