דער הייליגער מאור ענים ווייסט מען דאך אז ער האט מחזיר בתשובה געווען טויזנטער אידן, ער איז געווען א מגיד מישרים, דארט אין שטאט איז געווען א גרויסע פושע ישראל נעבעך, און ער האט זיך אלעמאל אכטונג געגעבן ער זאל זיך נישט טרעפן מיטן מאור עינים, ווייל ער האט מורא געהאט ער זאל אים נישט מחזיר בתשובה זיין.
איינמאל האט ער זיך געטראפן מיט אים, האט אים א פרעג געטון, "ווען וועסטו שוין תשובה טוען?" און דער פושע ישראל איז ממש געפאלן חלשות מכח די קדושה פון דעם הייליגן מאור עינים, און ער האט זיך ממש נישט געקענט בארואיגן, צומארגס האט ער געוואלט גיין מקבל זיין א דרך תשובה פונעם מאור עינים אבער ער האט אים נישט געטראפן, נאר זיין זון, דער רבי ר' מרדכי'לע טשערנאבלער זכותו יגן עלינו איז דארט געווען, האט ער אים געפרעגט וואס זוכסטו דא? האט ער אים געזאגט אז ער וויל תשובה טוען, האט אים דער הייליגער רבי מרדכי'לע טשערנאבלער געזאגט, תשובה, דאס איז זייער א גרינגע זאך, נעם זיך פאר אז פון יעצט אן וועסטו שוין מער נישט זינדיגן, האט ער געפרעגט, רבי, וואס וועט זיין מיט די אלע אלטע עבירות וואס איך האב געטוען ביז יעצט? איך האב דאך אזויפיל עבירות געטון ר"ל, האט אים דער הייליגע ר' מרדכי'לע געזאגט, ווייסטו וואס, איך נעם דאס אויף מיר, דו זאלסט זיך נעמען און דו זאלסט זיך מקבל זיין מער נישט צו זינדיגן.
ער האט אים נישט געוואלט גלייבן, ער איז דאך געווען א גרויסע בעל עבירה נעבעך, ער האט געזאגט אז ער מוז עס האבן בכתב, האט דער הייליגער רבי מרדכי'לע טשערנאבל'ער געגעבן א כתב אז ער נעמט אויף זיך אלע עבירות פון דעם פושע ישראל.
ווען דער מאור עינים איז צוריקגעקומען אין שטאט איז ער אריינגעקומען אין שטוב און געטראפן דעם צעטל, האט ער אים געפרעגט, וויאזוי קענסטו טון אזא זאך? וויאזוי קענסטו נעמען אויף זיך אלע גראבע עבירות פון דעם איד נעבעך? האט ער אים געענטפערט, טאטע, דער אויבערשטער האט אסאך פעקלעך, וועט ער נעמען נאך א פעקל...
מיט דעם האט מיין טאטע ז"ל אמאל געטייטשט 'השלך על השם יהבך' (תהילים נה כג), אז מ'האט אמאל מורא אז מען וועט נישט קענען תשובה טון, דארף מען זיך נאר פארלאזן אויפן אויבערשטן.
מיט דעם קען מען טייטשן די פסוק (ויקרא טז ל) 'כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל עוונותיכם לפני השם תטהרו', וועט מען פרעגן וויאזוי קען מען פטור ווערן פון די אלע עבירות? אויף דעם איז די תירוץ 'לפני השם' דער אויבערשטער איז מקבל בתשובה יעדן איד און ער נעמט אויף זיך כביכול, און אזויווי דער הייליגער ר' מרדכי טשערנאבלער האט געזאגט, אויב איז עס לפני השם דארף מען נישט מורא האבן, דער אויבערשטער וועט אונז אלע אויסרייניגן אזויווי עס שטייט אין פסוק (ירמיה יז יג) 'מקוה ישראל השם', און אזויווי רבי עקיבא האט געזאגט (יומא פ"ח מ"ט) 'מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב"ה מטהר את ישראל'.
די חינוך זאגט אז דער אויבערשטער איז מוחל עוונות יעדעס יאר, אזויווי מ'זאגט אין די נוסח התפילה 'ומעביר אשמותיהם בכל שנה ושנה', פרעגט ער, וואס פעלט אויס אז דער אויבערשטער זאל יעדע יאל נאכאמאל מכפר זיין, מ'קען דאך מכפר זיין די עבירות איינמאל אין לעבן? און די חינוך ענטפערט כדרכו, אז אויב מען אין מוחל די עבירות יעדעס יאר איז די קומענדיגע יאר גרינגער ווייל עס איז דא ווייניגער עבירות, און ווען עס וואלט געווען מער עבירות וואלט געווען א גרויסע קטרוג אז עס קומט א מענטש מיט אזויפיל עבירות, וואלט געווען א קטרוג אז מ'זאל אים נישט מוחל זיין.
ס'קען אפשר זיין אויף א אנדערע וועג אויך, אז א מענטש טראכט ביי זיך אז בלויז איינמאל אין לעבן קען מען תשובה טון, און א מענטש איז דאך נאר א בשר ודם, 'אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא', נאר די עצה איז אז מען זעט אז דער אויבערשטער איז מעביר אשמותיהם בכל שנה ושנה, און מען מוז דאך גלייבן אז ס'איז אזוי, די פסוק זאגט דאך כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטאותיכם, פון אלע עבירות, קומט דאך אויס אז די עבירות וואס מען האט געטון לעצטע יאר איז דאך שוין נישט דא מער, אוודאי דארף מען תשובה טון און חרטה האבן, אבער דער מענטש ווערט א נייע מענטש, אבער טאמער חס ושלום וואלט מען געקענט תשובה טון נאר איינמאל א יאר וואלט א מענטש דאס אנגעקוקט ווי זייער א שווערע זאך און ער וואלט חלילה אריינגעפאלן אין א יאוש, אבער אזויווי דער אויבערשטער איז מעביר אשמותינו בכל שנה ושנה, קומט אים אויס אסאך גרינגער.
דער אמת איז אז אונז ווייס מיר דאך אז דער אויבערשטער איז אונזער טאטע און וויל אונז העלפן, און ווען א קינד האט שכל און ער זעט אז דער טאטע וויל אים, האבן קומט ער און ער בעט אים איבער, ווייל א טאטע איז נישט ברוגז אויף א אופן אז ער וויל ח"ו דעם קינד אוועקווארפן, פארקערט,
ער וויל אונז זאלן צוריקומען, ער ווארט אויף אונז, ער זאגט, קום צו מיר, האב שכל, איך בין דיין טאטע און איך האב דיך ליב, איך ווייס אז דו שעמסט זיך אבער דו דארפסט זיך נישט פילן אפגעפרעמדט.
און די אמת איז, מען האט שוין געשמועסט פון דעם ראש השנה, אז מען דארף בעטן דעם אויבערשטן אין די הייליגע טעג אז מען זאל נישט זיין אפגעפרעמדט, נישט נאר היינט ווען יעדע איד פילט א נאנטקייט צום אויבערשטן און מ'ווייסט אז דער אויבערשטער איז מוחל, נאר אגאנץ יאר, מ'דארף בעטן אז מ'זאל אגאנץ יאר פילן די נאנטקייט און די ליבשאפט און מ'זאל נישט זיין דערווייטערט, מ'זאל וויסן אז דער טאטע איז דא מיט אונז, אזויווי מ'זעט אז א קליינע קינד בעט זיין טאטן אויף יעדע קלייניגקייט, ער זעט עפעס, ער וויל עפעס, עפעס טוט אים וויי, שעמט ער זיך נישט און ער בעט זיין טאטן, די זעלבע זאך דארף א איד וויסן אז דער אויבערשטער הערט אויס זיינע תפילות אויף יעדע קלייניקייט, מ'דארף נישט זיין אפגעפרעמדט נאר מ'דארף כסדר בעטן, טאטע געב מיר דאס, באשעפער העלף מיר, וכדומה.
און דאס איז די ענין פון די הייליגע טעג, 'דרשו השם בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב' (ישעיה נה ו), מען זאל האבן שכל און מתפלל זיין אז מען זאל נישט זיין אפגעפרעמדט. און אזוי ארום געבט מען זיך טאקע מער אכטונג, ווייל אז מען ווייסט אז מען איז אנגעוויזן יעדע זאך אין דעם אויבערשטן, פילט מען זיך נאנט און מען געבט זיך מער אכטונג.
זאל דער אויבערשטער טאקע העלפן, די גמרא זאגט דאך אז ווען א איד האט א צער האט דער אויבערשטער כביכול אויך א צער, זעט מען דאך אז ער איז ממש נאנט צו אונז, אז ווען אונז האבן צער האט ער אויך צער, דארף מען זיך נישט פילן פרעמד, מ'דארף זיך נישט פילן ווייט, מ'קען בעטן און מ'דארף וויסן אז דער אויבערשטער הערט צו די תפילות, און איך דעם זכות וואס מען גלייבט אז דער אויבערשטער נעמט אן די תפילות, נעמט דער אויבערשטער טאקע אן די תפילות.
זאל דער אויבערשטער העלפן ס'זאל זיין א געבענטשט זיס לעכטיג יאר פאר אידישע קינדער, מ'זאל זעט סיעתא דשמיא אויף יעדע טריט, מ'זאל אפגעהיטן ווערן פון אלעם שלעכטן און מ'זאל געהאלפן ווערן מיט אלע מיני גוטע זאכן וואס מ'דארף און אלע בקשות פון א גאנץ יאר זאל דער אויבערשטער אונז געבן אלעס וואס מ'דארף.
א גמר חתימה טובה פאר אלע אידישע קינדער.