אויספיר פון מערכת השומרים:
טייערע קינדער ס'קומט יעצט די הייליגע יו"ט סוכות, זמן שמחתינו, אמאל קען די סוכה זיין אביסל אומבאקוועם אדער קאלט, אבער טראצדעם אלע ערליכע אידן פרייען זיך זייער צו זיצן אין די הייליגע סוכה בצילא דמהימנותא, און ווילן בכלל נישט ארויסגיין, ווייל די סוכה ווייזט אז אונז אידן זענען די עם הנבחר, אינגאנצן אפגעשיידט פון אלע נידריגע פעלקער און דער הייליגע באשעפער כביכול נעמט אונז ארום מיט זיין גרויס ליבשאפט און באשיצט אונז פון אלעם שלעכטס ברוחניות ובגשמיות.
ממש אזוי דארפן מיר - אפגעהיטענע צאן קדשים - זיך פרייען אז מיר האבן די זכיה צו זיין אפגעשיידט פון אלע סארט טמא'נע כלים [אפי' ס'קען אמאל אנקומען שווער] און דורך דעם פארשאפן מיר פאר אונזער ליבע טאטע אין הימל אזא גרויסע נחת רוח און שמחה.
און ממילא ווען מיר האלטן די ד' מינים קענען מיר אויסרופן מיט שטאלץ: "דידן נצח!" מיר האבן באזיגט דעם יצר הרע! און מיר אלע בעטן דעם רבונו של עולם אז די גאנצע כח הטומאה זאל שוין פארניכטעט ווערן פון די וועלט און מיר אלע זאלן זוכה זיין צו זיצן בסוכת עורו של לויתן, במהרה בימינו אמן, און מיר זאלן אלע האבן א גוט געבענטשט יאר און א גוט קוויטל. ש
וראה בקירות הבית, ויצא מן הבית
אן ערליכער איד האט זיך אויסגעדרוקט צו זיין איידעם אז לעצטנס איז אויסגעקומען אז ער האט געדארפט וויילן אביסל אין שפיטאל, אבער ער גלייבט נישט אז ער וועט דערקענען די ווענט פון שפיטאל. פון ווען ער איז אריין, ביז ער איז ארויס, האט ער פרובירט צו היטן זיינע אויגן און נישט ארומקוקן - אפילו נישט צו באטראכטן די ווענט...
ער האט צוגעלייגט, "דו ווייסט וואס האט מיר געגעבן די שטארקייט צו היטן מיינע אויגן? איך בין לעצטנס געווען ביי אן אסיפה פון עסקנים פון 'השומרים' און געזען אז עס זענען דא אידן וואס ברענען אזוי פאר קדושת ישראל, און דאס האט מיר געגעבן די שטארקייט נישט אויפצוהייבן מיינע אויגן."
(מעסעדזש 64254)
השמיעיני את קולך - סוכות תשפ"ז