דער ווארק'ער זאגט, אז פרעה האט געוואלט אוועקנעמען די מענטשן'ס קאפ. אונזער 'סטראגעל' כהיום איז צו אונז האבן די קאפ אויפן פלאץ אדער נישט. ווען מען האט א קלארע קאפ איז מען מחנך די קינדער, מען האט א דזשאב, מען האט א לעבן, מען האט שיעורי תורה - מ'איז א מענטש! אויב א מענטש איז ביזי [מיט די כלים], איז נישט צום גלייבן וואס געשעט מיט אזא מענטש. ער איז מער נישטא.
מען שטייט ביי א לוי' ה"י, א יונגע ווייבעלע איז נעבעך אוועק, יונגע יתומים, און דער מאן רעדט און דער עולם בוכה'ט, און אינמיטן הערט מען "מזל טוב!"...
וואס איז געשען? דער מענטש איז נישטא יעצט. ער איז אין אן אנדערע וועלט...
מען שטייט ביי א חופה, מען האט אראפגעווארפן דעם גלאז, ס'איז דער הויכפונקט, און יעדער שרייט מזל טוב, און ער זאגט "נעבעך נעבעך"...
ער איז נישטא!
מען האט אונז בא'גנב'ט! פשוט בא'גנב'ט!
פרעה האט איין מערכה מיט אונז: ער גנב'ט אוועק אונזער ישוב הדעת.