געקליבענע ענטפערס פון טייערע 'צאן קדשים' אויף די בילד פון פרשת האזינו :
דער אינגל איז אזוי אפגעהיטן אז נישט קיין חילוק צו זיין טאטע איז יא דארט אדער נישט וועט ער נישט, נוצן אזא כלי וואס מ'טאר נישט, ער איז א פעלזן פעסטע 'השומרים אינגל' אשרי לו ואשרי חלקו!
שמעון חיים הכהן לעווינשטיין, ישראל יעקב ווייכברויט מאנסי כתה ה' ת"ת צאן יוסף פאפא,נפתלי צבי האפמאן ת"ת באבוב 45, משולם פייש קאהן קרית יואל כתה ה' ת"ת סאטמאר, ר. סופר קרית יואל כתה ה' ת"ת סאטמאר, וואלף גאלדבערגער בלומענבערג כתה ח' ת"ת סאטמאר.
דער יצר הרע האט זיך פארשטעלט אין דער מענטש: דער יצר הרע האט געמיינט אז ער גייט קענען ארייננארן דעם אינגל אז ער זאל אהיימרופן מיט א באהאלטענע סמארטפאון [א קווין פאון] אבער דער אינגל איז נאך קלוגער ווי דעם און ער לאזט זיך נישט פון אים.
בערל פריעדמאן מאנסי כתה ו' ת"ת ליזענסק, ברוך יאריסלאוויטש מאנסי כתה ד' ת"ת זכרון יהודה, שמעון אלימלך שפיגל מאנסי כתה ה' ת"ת ריבניץ, שלומי כ"ץ ת"ת קאשוי.
דער געשעפטסמאן זעט אז דער אינגל וויל קויפן מעהל, זאגט ער: אפשר ווילסטו אהיימרופן פרעגן דיין מאמע וועלכע מין צו קויפן? זאגט דער אינגל: מיין מאמע וועט מער הנאה האבן פון מיין שטארקייט צו שטיין ווייט פון טעכנאלאגיע ווי צו קויפן די גוטע מעהל וואס זי וויל.
דוד ברוינשטיין מאנסי כתה ו' ת"ת ליזענסק, עקיבא שטערן מאנסי ת"ת ריבניץ, יהודה שטיינער מאנסי ת"ת וויזשניץ, חיים לייבוש פ. ת"ת תפארת יעקב כתה ז' אנטווערפן, פ. טייטלבוים ב"פ.ב
אין געשעפט פארקויפט ער כשר'ס, אבער ער איז מכשיל אנדערע מיט נבילות וטריפות בחנם דורך געבן זיין טריפה'נע פאון וואס האט נישט קיין הכשר.
אורי שווארץ מאנסי.
דער געשעפטסמאן וויל צורעדן דעם אינגל דו מעגסט נוצן דעם טריפה'נעם סמארטפאון, קיינער זעט סיי ווי נישט, די געשעפט איז ליידיג, אבער דער אינגל לאזט זיך נישט ווייל דער באשעפער איז איבעראל און ער זעט אלעס!
י. לאנדא בארא פארק.
דער געשעפט מעג זיין 'בעסט מארקעט', אבער אויב מ'קען נכשל ווערן דארט טאר מען נישט אריינגיין אפילו איין טריט!
גרשון שטיינוווארצל קרית יואל כתה ז' ת"ת סאטמאר.
וועלעכע ווערטער וואלט איר געלייגט אינטער דעם בילד?
טייערע קינדער! באטראכט דעם בילד, און לאזט אונז וויסן וואס די בילד פארציילט איבער די נסיון פון טעכנאלאגיע לאזט א מעסעדזש ביז זונטאג מיטאג 845.400.1111 עקסט. 6-8 מיט אלע פונקטליכע פרטים (נאמען - חדר - כיתה -שטאט, און אויף די בילד פון וועלכע וואך איר לאזט דעם מעסעדזש).