למה אמרו חכמים, עד חצות, כדי להרחיק מן העבירה
א פלאמבער איז געזעסן ביי א מיטינג מיט קאנטראקטערס איבער א גרויסע דזשאב. עס האט זיך געהאנדלט פון א גרויסע קאמפלעקס מיט עטליכע דירות - אינעם ווערט פון א מיליאן דאללער. זיי האבן נאך געהאלטן אינמיטן האנדלען צו מען וועט אים צוצאלן נאך זעכציג אלפים אדער נישט; פונקטליך וויפיל מען וועט אים צאלן אויב מען וועט אים געבן דעם דזשאב...
רעדנדיג האט דער אינגערמאן קלארגעשטעלט אז ער האט צוויי פרינציפן, איינס, ער ארבעט נישט פרייטאג נאך חצות. והשנית, ער האט נישט קיין סמארטפאון און ער קאמיוניקירט נישט דורך וואטסעפפ.
איינער פון די בעלי בתים האבן געגעבן א ווארף אריין אז בעצם וואלטן זיי אים גענומען, אבער זיי האבן א פראבלעם סיי מיט דעם אז ער ארבעט נישט פרייטאג נאך חצות, און סיי אז אמאל דארף מען שיקן א בילד אדער א סעמפל וכדו' און אן וואטסעפפ איז אסאך שווערער.
דער פלאמבער האט זיך אבער געהאלטן שטארק און ערקלערט אז דאס זענען זיינע גדרים, און אזוי איז עס.
למעשה איז דער מיטינג געפארן ווייטער, און פופצן מינוט שפעטער איז עס געשלאסן געווארן, און מען האט אים געגעבן דעם גאנצע דזשאב און נאך צוגעצאלט די זעכציג אלפים אויך.
מען האט געזען קלאר אז מען דארף זיך נישט בייגן, ווען מ'האלט זיך פעסט צו די גדרים וסייגים דערלייגט מען גארנישט.
(געהערט פון הר"ר מרדכי קליין הי"ו פון מאטי'ס סופערמארקעט אין מאנסי)
(מעסעדזש 64200)
זיך האלטן פעסט
איך וואוין אין מאנטריאל, און איך האב לעצטנס געדארפט צאלן א ביל פאר די רעגירונג. איך האב זיי אנגערופן אבער זיי האבן געמאכט מורא'דיגע קונצן. זיי האבן זיך געהאלטן ביי זייערס אז מען קען נאר צאלן דעם ביל אנליין - נישט דורכ'ן טעלעפאון, און נישט דורך פאסט.
איך האב געהאלטן אין איין ערקלערן אז זייער אפיס איז צו ווייט פאר מיר אראפצופארן, און איך האב נישט קיין צוטריט צו אנליין.
נאך א פאר טעג פון פארהאנדלן האבן זיי געזאגט אז זיי וועלן מאכן אן אויסנאם פאר מיר. און איך האב נאך באקומען א זייטיגע פארדינסט אז איך האב געדארפט צאלן סך הכל זעקס דאללער, דאקעגן ווען איך גיי דורך אנדערע מהלכים וואלט עס מיר אויסגעקומען אסאך מער.
(מעסעדזש 64821)