Skip to content
אמרי מנחם

שפתי ישנים סוכות

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

מיין טאטע ז"ל האט פארציילט וואס ער האט געהערט פון דעם וואוידוסלובער רב ז"ל וואס ער האט געהערט פון הרה"ק רבי ישכר דוב פון בעלז זי"ע, אז אמאל האט זיין זיידע דער הייליגער שר שלום פון בעלז געמאכט א גרויסע סעודה, און ער האט ערקלערט אז די סיבה פארוואס ער מאכט די סעודה איז ווייל עס איז מקובל אז ווען עשיו הרשע האט געקויפט די בכורה פון יעקב אבינו, איז מקובל אז יעקב אבינו האט דעמאלטס געלערנט מסכת בבא קמא, און עס איז אפילו מקובל וועלעכע דף יעקב אבינו האט דעמאלטס געלערנט, און עשיו האט זיך צוגעשטעלט און אויך געוואלט מיטלערנען, אבער ער האט גארנישט מקבל געווען פון יעקב אבינו.

האט די שר שלום געזאגט אז ער איז יעצט אנגעקומען צו דעם גמרא וואס יעקב אבינו האט דעמאלטס געלערנט און עשיו האט נישט געקענט נהנה זיין פון דעם, מאכט ער א סעודה אלס א זכר צו דעם.

הרה"ק רבי הירצקא'לע ראצפעטער זי"ע איז נפטר געווארן ערב יום קדוש, ער איז געווען א גרויסע עובד השם, ער פלעגט צו פאסטן אסאך מאל משבת לשבת, ער פלעגט אויף אסאך פאסטן דרייערלעך, דאס הייסט דריי טעג אין א צי, און אויף אויסצופאסטן פלעגט ער נעמען קארטאפל מיט טאביק.

ער פלעגט אלעמאל פארן ז' אדר צום קאלוב'ער רבי'נס יארצייט, און ער פלעגט זייער וויינען ביים ציון פון הרה"ק ר' אייזיקל קאלוב'ער און ער איז נישט אוועקגעגאנגען פון דארט ביז ער האט נישט געזען ווי ר' אייזיקל קאלוב'ער קומט און וויינט מיט מיט אים, איינמאל איז ער געווען דארט און ער איז אוועק ממש נאך אפאר מינוט, האט מען זיך גע'חידוש'ט, ווייל געווענדליך פלעגט ער זיצן דארט שעות און זאגן תהילים מיט בכיות, האט ער געזאגט אז דאס איז ווייל דאס מאל איז דער הייליגער קאלוב'ער אנגעקומען ממש גלייך ווען ער האט אנגעהויבן מתפלל זיין.

ער פלעגט אויך אסאך פארן קיין ליזענסק צום ציון פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, איינמאל ווען ער איז געווען אין ליזענסק האט ער מתפלל געווען אז אלע ברכות וואס ער וואונטש פאר אידן זאלן מקויים ווערן, אזויווי ער איז ארויס פון אוהל האט ער זיך באגעגנט מיט די מיטעלע בעלז'ער רב, הרה"ק רבי יהושע'לע זי"ע, האט אים די בעלז'ער רב געזאגט, אלע ברכות וואס איר וואנטש ווערן דאך מקויים, בעט איך אייך, געט מיר אויך א ברכה...

האט ר' הירצקא'לע אים טאקע געגעבן א לאנגע ברכה און ער האט פארשטאנען אז דער בעלז'ער רב האט מרגיש געווען וואס ער האט געבעטן ביים רבי ר' אלימלך.

ווען דער בעלזער רב איז נפטר געווארן און ער איז ליידער נאכנישט געווען קיין זיבעציג יאר, האט רבי הירצקא'לע געזאגט אז די איינע ברכה פון אריכות ימים האט ער אים טאקע נישט געגעבן, און פון דעמאלטס אן ווען ער האט געוואונטשן האט ער אויך געוואונטשן אריכות ימים ושנים.

צדיקים האבן געזאגט אז רבי הירצקא'לע ראצפעטער האט געהאט צוויי כוחות וואס מיט דעם האט ער גע'פועל'ט ישועות, איינס איז געווען אז ער פלעגט אויסזאגן תהילים פאר די אלע בקשות וואס אידן זענען געקומען בעטן ביי אים, און די צווייטע איז געווען די פושקע פון רבי מאיר בעל הנס.

זאל דער אויבערשטער טאקע העלפן אזויווי עס קומט די נייע יאר זאל מען טאקע געהאלפן ווערן מיט אריכות ימים ושנים און מיט אלע מיני ברכות בגשם וברוח.

עס שטייט אין אור לשמים, פון הרה"ק רבי מאיר פון אפטא וואס איז געווען א תלמיד פון הייליגן רבי'ן פון לובלין און די רבי פון לובלין האט געזאגט אויף אים אז ער זעט אויס ווי אדם הראשון פארן חטא, שרייבט ער, אז ער האט געהערט פון זיין רבי'ן אז א איד וואס וויל דינען דעם אויבערשטן דארף בעטן דעם אויבערשטן אז ער זאל האבן מנוחת הנפש און בני חיי ומזוני און אלעס וואס ער דארף, ווייל אויב נישט איז ער נישט קיין אמת'ע צדיק. ווייל די גמרא זאגט אז ווען איינער זאגט אז ער גיבט צדקה על מנת שיחיה בני הרי זה צדיק גמור, וואס איז פשט פון דעם? זאגט דער הייליגער חוזה, אז די טעם איז ווייל כדי צו קענען דינען דעם אויבערשטן מיט הרחבת הדעת דארף מען אז די קינדער זאלן לעבן, זעט מען פון דעם אז כדי צו זיין א צדיק דארף מען בעטן דעם אויבערשטן אויף אלע גוטע זאכן אז מען זאל האבן הרחבת הדעת צו דינען דעם אויבערשטן.

More in this printout

View the whole printout